רוי:וועלט ווירטשאפט קריזיס

פון המכלול
ווערסיע פון 10:41, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וועלט ווירטשאפט קריזיס איז א טערמין וואס באציט זיך צו די גרעסטע ווירטשאפט־איבערבראָך אין די פאראייניקטע שטאטן וואס האט פאסירט אין דער "שװאַרצער דאָנערשטיק" כ' תשרי ה'תר"צ, ווען די בורסע אין USA איז אומגעפאלן נאך וואס מער הערלייגערס זיינען געווען פארקויפערס און ס'נישט געווען גענוג קויפערס, אזוי האבן אלע סטאקס געפאלן. און אזוי האט זיך געהענדיקט אין USA די גאלדענע צוואנציקער. די קריזיס האט זיך געצויגן ביז נאך דער צווייטער וועלט קריג.

די קריזיס האט שווער באווירקט אויף אנדערע שטאַטן אין דער וועלט.

בעת דער קריזיס, איז הערבערט קלארק האווער, דער רעפובליקאנט, געוועזן פרעזידענט אין די USA. אין יאר ה'תרצ"ג האבן די אמעריקאנער אויסגעוויילט דעם דעמאקראט, פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט אלס פרעזידענט, און ער האט איינגעפירט נייע געזעצן און פראגראמען וואס האבן געהייסן "די נייע ארדענונג"; אלס אן אויסלייזונג אויפן וועלט ווירטשאפט קריזיס.