רוי:טערקיש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

טערקיש (Türkçe טירקטשע) איז א שפראך וואס מער ווי 77 מיליאן מענטשן רעדן אלס מוטער שפראך. מען רעדט טערקיש אין די לענדער טערקיי (אפיציעל), ציפערן (אפיציעל), איראק, בולגאריע, צפון-מאקעדאניע, גריכנלאנד און אלבאניע אחוץ פון טערקישע אויסלענדער געמיינדעס אין מערב אייראפע, ספעציעל אין דייטשלאנד.

מען פלעג שרייבן טערקיש מיטן אטאמאנישן שריפט, אבער זייט 1928 שרייבט מען מיט א וואריאנט פונעם לאטיינישן אלפאבעט; דאס איז געווען איינער פון די רעפארמען פון אטאטורק. טערקיש האט נישט קיין גראמאטישן מין. אויף טערקיש רעדט מען מיט דרך־ארץ צו א צווייטן אויף מערצאל (אזוי ווי אויף יידיש).

טערקיש אין איינע פון די טערקישע שפראכן וואס מען רעדט אין א ברייטן שטח פון אזיע.

דער נארמאלער סדר פון א זאץ איז סוביעקט, אביעקט, ווערב (אזוי ווי לאטיין).


Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף טערקיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!