רוי:רש"י אותיות

פון המכלול
ווערסיע פון 01:06, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע שפראכן" ב־"אידישע שפראכן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רש"י אותיות איז א בוכשטאבן פאנט פון אלף בית וועלכע איז טראדיציאנאל געווען דער האנט-שריפט ביי די ספרדישע אידן. מען רופט דאס אזוי ווייל מען האט עס צום ערשטן מאל גענוצט ביי דרוקן רש"י'ס פירוש אויף די תורה.

אויך די לאדינא שפראך פלעג זיין געשריבן געווארן מיט די בוכשטאבן.

עס ווערט אנגערופן נאך רש"י ווייל אין דעם ערשטן דרוק פון פירוש רש"י, וועלכער איז טאקע געווען דאס סאמע ערשטע געדרוקטע יודישע ספר, האט דער דרוקער דאס גענוצט אונטערצושיידן דעם פירוש פון דער תורה זעלבסט. ביז צום היינטיקן טאג איז מען געוואוינט צו דרוק פירוש רש"י אויף תורה און אויף גמרא מיט די אותיות.

איראניש איז אז רש"י אליין, וועלכע האט געלעבט אין אשכנז, האט גאנץ זיכער נישט געקענט ליינען די אותיות וואס ווערט גערופן אויף זיין נאמען.

אזוי איז דאס שפעטער אריין אין באנוץ ביי אלע דרוקן וועלכע האבן געלייגט מפרשים ארום און אין דער זייט פונעם הויפט טעקסט. ווי דער חומש, גמרא, משניות, טור און שלחן ערוך.

באזונדער איז דאס גענוצט געווארן אין די אמאליגע חסידישע און שאלות ותשובות ספרים, וויבאלד די רש"י אותיות זענען באטראכט געווארן אלס ווייניגער הייליג ווי די העברעאישע און נישט יעדער האט זיך געהאלטן פאר ראוי צו דרוקן זיין ספר אין די זעלבע אותיות ווי די חומש.

די אמאליגע לשה"ק'דיגע צייטונגען פלעגן עס אויך נוצן צו שרייבן די הערות אונטן פונעם בלאט.

מוסר ספרים פלעגן אין אלגעמיין געדרוקט ווערן אין אותיות מרובעות.

די אותיות היינט צו טאג

היינט איז שוין דא אסאך וואס טוישן די ספרים אויף חומש אותיות, צוליב וואס דער המון עם אין ישראל קען דאס נישט ליינען. אין ישראל איז דא אפילו חומשים וואס דער פירוש רש"י איז מער נישט געדרוקט מיט רש"י אותיות.

אזוי אויך מיט די חסידישע פרויען לערנט מען דאס געווענליך נישט.

אבער אין אלגעמיין איז נאך רש"י, תוספות און די מערהייט מפרשים געדרוקט אין די אותיות.

און על פי רוב די וואס האבן מער א שמעק צו טראדיציע, דרוקן נאך יא איבער די אלטע ספרים מיט רש"י אותיות. אבער אסאך האלטן אז אשורית - וועלכע ווערט גערופן מרובעות - זענען שענער.


העברעישע דרוק אותיות / רש"י אותיות
א / Hebrew letter Alef Rashi.png ב / Hebrew letter Bet Rashi.png ג / Hebrew letter Gimel Rashi.png ד / Hebrew letter Daled Rashi.png ה / Hebrew letter He Rashi.png ו / Hebrew letter Vav Rashi.png ז / Hebrew letter Zayin Rashi.png ח / Hebrew letter Het Rashi.png ט / Hebrew letter Tet Rashi.png
י / Hebrew letter Yud Rashi.png כ / Hebrew letter Kaf-nonfinal Rashi.png ך / Hebrew letter Kaf-final Rashi.png ל / Lamed (Rashi-script - Hebrew letter).svg מ / Hebrew letter Mem-nonfinal Rashi.png ם / Hebrew letter Mem-final Rashi.png נ / Hebrew letter Nun-nonfinal Rashi.png ן / Hebrew letter Nun-final Rashi.png ס / Hebrew letter Samekh Rashi.png
ע / Hebrew letter Ayin Rashi.png פ / Hebrew letter Pe-nonfinal Rashi.png ף / Hebrew letter Pe-final Rashi.png צ / Hebrew letter Tsadik-nonfinal Rashi.png ץ / Hebrew letter Tsadik-final Rashi.png ק / Hebrew letter Kuf Rashi.png ר / Hebrew letter Resh Rashi.png ש / Hebrew letter Shin Rashi.png ת / Hebrew letter Taf Rashi.png

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!