רוי:זיסקייט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

זיסקייט איז איינער פון די פינף גרונטיקע טעם'ען. דאָס איז געוויסער טעם אין מויל, אַ זאַך וואָס מ'עסט איז זיס. עס ווערט אלוועלטליך באַטראַכט אַלס גוט און געשמאַק.

עס איז דאָס פאַרקערטער פון ביטער אָדער זויער.

דער הויפט זאך מיט וואס מען מאכט זיס עסן אדער טרינקען איז צוקער וואס איז געמאַכט פון פלאַנצן און מאַכט זיס דאָס עסן. אן אנדערע פלאנץ וואס איז זיסער און געזונטער איז דער סטיוויע בלעטל.

סירופ פון מעיפל ביימער און האניג פון בינען זענען אויך הויפט נאטורליכע מיטלען.

אנדערע נוצן צוקער-ערזאץ ווי: ספלענדע אד"ג

אין סלענג

אַ מענטש וואָס פּרובירט צו געפעלן אָבער עס גייט אים נישט, רופט מען סארקאסטיש אז ער מאכט זיך זיס.

אויך קינדער, אדער א געליבטער, קען מען רופן זיסקייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!