רוי:יעקב גארדין

פון המכלול
ווערסיע פון 19:00, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט יעקב גארדין צו רוי:יעקב גארדין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יעקב גארדין

יעקב מיכאַילאָוויטש גאָרדין (1טן מאי 1853 - 11טן יוני 1909 ) איז געווען א יידישער־אמעריקאנער דראמאטורג, געבוירן אין רוסלאנד.

ער איז בעיקר באַרימט געוואָרן דורך זיינע פּיעסעס, אָבער ער האָט אויך געשריבן אַ סך ביכער.

יונגע יאָרן

ער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט מירגאָראָד, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראַיִנע). איידער ער איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, אַמעריקע ,אין 1891, האָט ער געאַרבעט ווי אַ פּויער, אַ זשורנאַליסט, אַ מאַטראָס און נאָך ווי אַן אַקטיאָר.

ווערק

ער האָט געשריבן כּמעט 70 פּיעסעס. זיין ערשטע ווערק, וואָס האָט זיך געהייסט סיביר, איז דערשינען אין יאָר 1891. זיין ערשטע גרויסע הצלחה איז אָבער געווען דער ייִדישער קעניג ליר, לויט שעקספּיר, וועלכע איז דערשינען אין 1893.

לויט דער קעמברידזש היסטאָריע פון ענגלישער און אַמעריקאַנישער ליטעראַטור, די גרעסטע פון זיינע פּיעסעס זענען מירעלע אפרת (1898), גאָט, מענטש און טייוול (1900) און דער אומבאַקאַנטער (1905).


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!