רוי:בית יוסף'ס קשיא

פון המכלול
ווערסיע פון 16:04, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט בית יוסף'ס קשיא צו רוי:בית יוסף'ס קשיא אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער בית יוסף'ס קשיא איז א באקאנטע פראגע אין די עולם התורה וועלכע קינד און קייט ווייסט, און הונדערטער תירוצים זענען שוין געזאגט געווארן דערויף אום חנוכה אין לויף פון די דורות.

עס ווערט פאררופן אויף רבי יוסף קארו וואס ברעהנגט עס אראפ אין זיין ספר בית יוסף אויפן טור, אבער באמת איז עס שוין א קשיא פון די ראשונים נאר וויבאלד זייערע ספרים זענען אמאל נישט געווען בנמצא ווערט עס גערופן אויף זיין נאמען.

די פראגע

די פראגע איז פארוואס צינדט מען ליכט אכט טעג חנוכה, אמער פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג אויל?

תירוצים

דער בית יוסף אליינס ענטפערט דריי תירוצים אויף די קשיא:

  • די כהנים האבן צוטיילט די אויל, יעדע נאכט האבן זיי נאר אריינגעלייגט א אכטל אין די מנורה און ס'איז געשעהן יעדע נאכט א נס אז ס'האט געברענט א גאנצע נאכט (תוספות הרא"ש).
  • די קריגל איז יעדע נאכט געבליבן פול נאכן אנפיהלן די מנורה מיט אויל.
  • די מנורה איז יעדן צופריה געבליבן פול ווי בעפארן אנצינדן.

אויף די תירוצים פרעהגט מען אויך קשיות..

און במשך די דורות איז שוין געענטפערט געווארן הונדערטער אויב נישט טויזענטער תירוצים בדרך דרוש, אגדה, חסידות און סוד. און עס ווערט נאך היינט נתחדש פארשידענע תירוצים.

בפרט די חסידישע ספרים ווי דער בני יששכר און קדושת לוי זענען פארנומען דערמיט.

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!