רוי:בוכטע

פון המכלול
ווערסיע פון 15:57, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט בוכטע צו רוי:בוכטע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א בוכטע איז א שטח וואסער וואס איז ארומגענומען מיט לאנד פון דריי זייטן. א גרויסע בוכטע ווערט גערופן אן איינגאס. א שמאלע בוכטע מיט שיפע זייטן הייסט א פיארד. אמאל געפינט זיך א בוכטע אין א צווייטער בוכטע, למשל דזשעימס בוכטע געפינט זיך אין דער הודסאן בוכטע, וואס זיצט אין צענטער צווישן די קאנאדישע פראווינצן פון קוויבעק און אנטעריא.

די בוכטע פון סאן סעבאסטיאן, שפאניע

ווען דער ברעג ים האט א שטח פון ווייכן גרונד צווישן טיילן פון ברעג וואס זענען הארטער שטיין, מאכט זיך אז דער ים טוט אונטערשווענקען דעם ווייכן גרונד, איבערלאזנדיק א בוכטע.

א בוכטע קען זיין ברייט נאר עטליכע מעטער, ס'קען אבער אמאל זיין ברייט הונדערטע קילאמעטער. אזוי ווי די בוכטע טוט שיצן פון דעם כח פון די כוואליעס, זער אפט מאכט זיך א פלאזשע אין דער בוכטע.

די גרעסטע בוכטע אין דער וועלט איז די בוכטע פון בענגאל.

די בוכטע פון סאן סעבאסטיאן, שפאניע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!