רוי:DNS

פון המכלול
ווערסיע פון 14:30, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט DNS צו רוי:DNS אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

Domain Name System (באַקאַנט מיט איר קיצורדיקער נאָמען DNS) טייטש: תּחום־נאָמען־סיסטעם איז אַ נעצווערק־פּראָטאָקאָל וועלכע טוט פארבייטן קאָמפּיוטער נעמען וואס מענטשן קענען גרינג געדענקען, מיט IP אדרעסן מיט וועלכע קאָמפּיוטערס קאָמוניקירן. למשל ווען מען טייפּט אַריין אין אַ בלעטערער אַן אינטערנעט־אַדרעס, שיקט מען צו דער DNS אַ בקשה צו אויסלייזן דעם נאָמען צו זיין פּאַסיקן IP־אַדרעס. אויך האַלט א DNS־דינער אנדערע נעמען, ווי למשל די MX רעקארד וועלכע איז באַשטימט צו אויסלייזן אימעיל אַדרעסן.

אַ DNS־דינער איז דאס אדרעס־בוך פון דער אינטערנעט. די אינטערנעט פארמאגט 13 שורש־DNS־דינערס און דארט ווערן געהאלטן די תּחום־נעמען פאר אלע אינטערנעט תּחומים (Domains). יעדער נאָמען האָט כאטשיג צוויי DNS־דינערס וואס האבן אינפארמאציע צו וועלכע איי פי אדרעס דער תּחום געהערט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!