רוי:בלומינגבורג

פון המכלול
ווערסיע פון 02:55, 27 מאי 2022 דורך YI>וויקיפּעדלער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

[[טעקע:{{#אייגנשאפט:בילד}}|קליין]]

בלומינגבורג (ענגליש: Bloomingburg) איז א דאָרף אין סאליוואן קאונטי אינעם שטאָט מאמאקעיטינג, ניו יארק, ביים גרעניץ פון אראנדזש קאונטי. לויט די 2020 צענזוס איז די באפעלקערונג 1,032, א 140 פראצענטיגע וואוקס זינט די פארלאפענע צענזוס.

היסטאריע

דאס דארף אין געגרינדעט געווארן אין יאר 1833 און איז געווען דער ערשטער פלאץ פאר די קאונטי'ס הויפטקווארטיר, וואו עס דאן געווען א טייל פון די ארגינעלע מאמאקעיטינג. עס איז אויך אמאהל געווען א פאפולערער ביזנעס און רעזארט פלאץ, ביז דער גרויסער פייער אין פעברואר 1922 וועלכער האט פארברענט פילע גאסט-הייזער וואס מען האט נישט רענאווירט זינט דאן. עס איז דעמאלטס געווארן א צענטער פאר אגריקולטור.

עטליכע גרויסע זומער קעמפס זענען געווען לאקירט לאנגע יארן אין דעם שטעטל.

קינדער אין בלומינגבורג אויפן וועג צום נייעם בנין הת"ת

אידישע היסטאריע פון שטעטל

אין יאר תשע״א זענען די ערשטע קערנדלעך געפלאנצט געווארן פאר דער אנטוויקלונג פון דעם נייעם היימישן יישוב אין ווילעדזש אוו בלומינגבורג. מען גיבט אריין די סייט פלענער און סוב-דיוויזיע אפליקאציע פאר די ווילעדזש באאמטער.

אין תשע״ב איז געווארן אראפגעלייגט די פארלאנגטע 'באנד' אויף אינפראסטרוקטור פראיעקטן פאר די ווילעדזש באאמטער. ווילעדזש פלענינג באורד באשטעטיגט אז די תנאים וואס די ווילעדזש האט פארלאנגט צו באשטעטיגן די סייט פלען און סוב-דיוויזשאן זענען געווארן אויסגעפירט.

דריי הייזער זענען געבויט געווארן אלס מוסטער אין תשע״ג. די שטח פונעם דעוועלאפמענט איז געווארן צוגעגרייט צו בויען. מען באקומט די נויטיגע פערמיטן פונעם ווילעדזש צו גיין פאראויס מיט'ן ריזיגן סוער פלענט און אינפראסטרוקטור פארן אנטוויקלונג פונעם שטאט.

48 דירות אין 12 געביידעס ווערן אויפגעבויט, דער יישוב הויבט אן ווערן אנטוויקלט טראץ שטרויכלונגען אין וועג.

די ערשטע משפחות האבן זיך אריינגעצויגן אין קרית יטב לב אין תשע״ה, זיי עפענען דעם וועג פארן ציבור ארויס פונעם דירות פראבלעם אין ניו יארק סיטי.

דער "מעמד היסוד" ווערט אפגעהאלטן אין תשע״ו צו דער עפענונג פון די תלמוד תורה תורה ויראה און בית רחל דרבינו יואל מסאטמאר אין קרית יטב לב, בהשתתפות אלפי חסידי סאטמאר אין שפיץ פון דעם סאטמאר רבי׳ן.

ביז תשע״ז איז די צאל משפחות אין יישוב איז שוין אריבער פינף און אכציג.

דער נייער צענטראלער ביהמ"ד "בית יהושע״ האט געעפנט טויערן אלס שטאטישער צענטער פאר תורה און תפילה אין תשרי תשע״ח. פלענער פאר א פרישער ביהמ"ד אויף מעין סט. ווערט פארגעשטעלט. וועט אנטהאלטן א שיינעם היכל ביהמ"ד, מקוה, היכל התורה און חדרי תפילה.

מען באווייזט אריינצוברענגען א יושר'דיגן קאנסילמאן אינעם טאון באורד, דורך פאזיטיווע צוזאמענארבייט מיט די גוי'אישע שכנים.

מען שטעלט אויף א מהודר'דיגן עירוב ארום דער גאנצער שטאט וואס ווערט פארפארטיגט אום חודש טבת תשע"ח.

אפריל לויפט דער מעיאר פון שטאט פאר ווידערוויילונג; זעצט זיך אראפ מיט תושבי קרית יטב לב, אין א היסטארישער צוזאמענארבייט. אלע אינדארסירטע קאנדידאטן געווינען.

ניי-ערוועלטער באורד שטימט אום חודש ניסן צו עלימינירן געזעץ וועלכע באצווינגט אייגנטימער צו פארדינגען נאר פאר סיניארס די היקארי קארט דירות. באשטעטיגעט נייע לאָקאַלע געשעפטן אויף מעין סט.

בלי פונעם ישוב פארלאנגט פרישע פארברייטערונגען ביים צענטראלן ביהמ"ד בית יהושע, בוי-ארבייט צו פולקאם פארגרעסערן בית המדרש גייט אפיציעל אריין אין קראפט.

נאך א געהויבענעם שב"ק בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ישוב אנהייב זומער, קומט פאָר צווישן פילע אנדערע טעטיגע עסקנות פון הרחבת הגבולין, אן אסיפה מיט ראשי קהלה איבער פרישע דירות.

קהל יטב לב עפנט ביהמ"ד אויף שב"ק אין בנין התלמוד תורה, ווערנדיג דער פערטער ביהמ"ד אין שטאט. אויך ווערט געעפענט דער סאטמאר'ער פלייש געשעפט.

ו’ אלול ביומא דהילולא פון הרה”ק בעל ייטב לב זי”ע, ווערט אפגעהאלטן די ערשטער דינער לטובת המוסדות בראשות כ”ק מרן אדמו”ר מסאטמאר שליט”א.

עס קומט פאָר די יציקת הבורות פאַר'ן נייעם פּראַכטפולן מקוה שע"י ביהמ"ד בית יהושע.

אין תשע"ט, שטייט שוין דער מספר תושבי הישוב קרוב צו 150 משפחות.

צענטראלע סאטמאר'ע קהילה אין וויליאמסבורג אנאנסירט "ליעס-טו-ביי" פראגראם אין קרית יטב לב, ארויסצוהעלפן און גרינגער מאכן פאר משפחות אנ"ש אין ברוקלין צו מאכן דעם אויסוואל אויף קויפן דירות אין ישוב.

צום פרישן ווינטער-זמן תשע"ט ציילט דער מספר התלמידים קרוב צו פיר-הונדערט כ"י, עס ווערט געעפנט א פאראלעל אין כיתה א'.

א תושב הישוב מאכט חתונה א טאכטער בשעה טובה, דאס ערשטע פארפאלק וואס פארבלייבט וואוינען אין ישוב.

דאנערשטאג ויצא אינדערפרי קלינגט אפ אויף דער היימישער גאס די פאזיטיווע אַ טוויקלונג, אז דער אטוירני דזשענעראל פון ניו יאָרק, האט נאָך אַ פארצויגענער ביוראקראטישער פראצעדור באַשטעטיגט די "עידזש-או-עי" פון דעם טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט אין קרית יטב לב. דאס עפענט בעז"ה די וועג צום פולקאמען אויפבלי פונעם שטאט.

געאגראפיע

די ווילידזש האט 0.69 קוואדראט מייל, אלעס דערפון לאנד. עס גרעניצט זיך מיט אראנזש קאונטי. די געוועזענע ניו יארק רוט 17 לויפט אדורך די ווילידזש. עטליכע בענק און רעסטאראנען געפינען זיך אין בלומינגבורג, וועלכער איז ווי א צענטער פאר די ארומיגע שטעטלעך. ווען מ'קומט צו פארן פון ניו יארק סיטי ניצט מען דעם ארויסגאנג 116.

דעמאגראפיע

די דורכשניטלעכע איינקונפט פון א הויז איז געווען ביי $38,571.[ווען?]

פערזענליכקייטן

  • אהרן הערש ראבינער – ווילידש טראסטי
  • זאנוויל וויינגארטן – ווילידש טראסטי
  • עדווארד האנטער – סענאטאר פון וויסקאנסין - געבוירן אין בלומינבגורג אין 1826

וועב-לינקען