רוי:געזונט

פון המכלול
ווערסיע פון 01:03, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכקייטן" ב־"ליכקייטן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

געזונט אדער געזונטהייט איז דער "גוטער פיזישער, גייסטישער און סאציאלער צושטאנד פון א לעבן באשעפעניש און נישט נאר דאס פעלן פון קראנקייט" לויט דער וועלט געזונט ארגאניזאציע.

אין 1975 איז געווארן פארעפנטלעכט אין קאנאדע דער באריכט "א נייער פערספעקטיוו וועגן דער געזונט פון קאנאדער", באקאנט אויך ווי דער "לאַלאנד באריכט". דער באריכט שלאגט פאר פיר וואריאבלען צו באצייכענען געזונט: "מענטשלעכע ביאלאגיע", "סביבה", "לעבנסטיל" און "געזונט ארגאניזאציע". געזונט ווערט אפגעהיטן דורך וויסנשאפט און דעם דיסצפלין פון מעדיציען, אבער אויך קען יעדער איינער ווירקן צו פארבעסערן זיין אייגענעם געזונט צושטאנד. פיזישע איבונגען, פארמיידן איבערפעטונג און היטן א געהעריגן קערפער־געוויכט, באלאנסירטע דערנערונג, פארמינערן געשפאנקייט, אויפהערן רייכערן און ניצן נארקאטיק, זענען אלע מעגליכקייטן וואס א מענטש האט אליין צו פארבעסערן זיין געזונט.

פיזישע געזונט

פיזישע געזונט מיינט גוט קערפעריש געזונט, וואס נעמט זיך פון רעגולערע איבונגען, געהעריגע דיעטע און דערנערונג, און גענוג רו. ווען איינער איז פיזיש געזונט, קען ער גיין און לויפן אן צו כאפן דעם אטעם, און קען אויספירן די אקטיוויטעטן פון טאג־טעגליכן לעבן אן הילף.

גייסטישע געזונט

גייסטישע געזונט איז א געפיל־ און פסיכאלאגישער וואוילזיין מיט וואס א מענטש איז קאמפעטענט אויסצוניצן זיינע פעאיקייטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!