המכלול:שרייבן פראיעקט

פון המכלול
ווערסיע פון 12:22, 29 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט 'ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען! אלע ארטיקלען דארפן געשריבן...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען!

אלע ארטיקלען דארפן געשריבן ווערן אלס דרעפטס, און נאר אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט ווען זיי זענען פארטיג, ככל חוקות המכלול. (זעט אויך ווייטער). עס איז שטארק ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.

איר הייבט זיך שוין אויף די ערמל, און איר גרייט זיך צו שרייבן. אבער וועלכע ארטיקל זאל א שרייבער שרייבן?

מה שליבו חפץ

איר וועט שרייבן דאס בעסטע מה שליבך חפץ ושכלך מכיר. ווילאנג איר האט נישט געענדיגט שרייבן אלע ארטיקלען אין טעמעס וואס איר ליבט די מערסטע און קענט דאס בעסטע, איז בכלל נישט קיין פראגע וואס צו אויסוועלן.

דאס איז די וויכטיגסטע און דאס מערסטע געווינטשן, הגם פון די אנדערע זייט דארפט איר זיין גרייט אז דער ארטיקל גייט אינגאנצן נישט דורכגיין קיין חשיבות אפהאנדלונג, אדער ס'גייט זיך שלעפן ביז ווען מ'גייט דורך מער יסודות'דיגע זאכן. ווען עס וועט זיך אייך איינגעבן, און אייער ארטיקל אויף אייער באליבטע טעמע וועט אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט, וועט זיך גארנישט גלייכן צו אייער שמחה און באפרידיגונג.

ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, נייטראלער. (דאס וועט זיך מעגליך טוישן אין צוקונפט, לויט וויאזוי די קהילה וועט באשליסן). אויב איז געווען א וויקיפעדיע ארטיקל אויף די נושא, דארף דער נייער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצליכע אינפארמאציע פונעם וויקי ארטיקל איידער עס ווערט אריבערגעפירט - וואס דאן קען מען שוין מעקן דעם וויקיפעדיע ארטיקל צו מזל.

ערכי יסוד

איר ווילט באשרייבן פארשידענארטיגע ארטיקלען און איר ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן? איר ווילט שרייבן עפעס אן ספיקות איבער ענציקלאפעדישע חשיבות, עפעס וואס וועט זיכער אריבערגעפירט ווערן ווי נאר עס איז גרייט? דאן איז א גוטע געדאנק אנטייל צו נעמען אינעם געמיינזאמען פראיעקט, צו ערזעצן און צושטעלן די וויכטיגסטע און מערסט-געפאדערטע ארטיקלען על טהרת המכלול.

יעדן אנהייב חודש וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע, וואס וועט אנטהאלטן געציילטע געציילטע ארטיקלען פון יעדע פון די פאלגנדע קאטעגאריעס:

אין די ליסטע וועט זיין מערסטענס צוויי-דריי ארטיקלען פון יעדע אזא סארט, און אלע חברים וועלן איבערקוקן די ליסטע און יעדער קען נעמען מערסטענס צוויי-דריי פון זיי אויף זיך, אפצושרייבן אין קומענדיגן חודש. וחוזר חלילה.

דער פראצעדור איז דא גענוי ווי ביים ערשטן סארט ארטיקל (וואס יעדער יחיד נעמט זיך אונטער לויט זיין באגער, און דארף גרונטליכע איבערזיכט איידער עס ווערט אריבערגעפירט דורך די באשטימטע מכלולאים), דער עיקר חילוק איז נאר אז דער שרייבער ווייסט שוין פון פאראויס אז מ'ווארט אויף דעם ארטיקל. געשריבענע ארטיקלען פון די ליסטע וועלן אויך ענדערש קענען גערעכנט ווערן צום אבן הפינה ציל.

שנעלע ארטיקלען

א שיינע צאל ארטיקלען לויפן לויט א באשטימטע דפוס. דאס רעכנט אריין ארטיקלען איבער דאטומען, יארן, טעג פון דער וואך, נומערן, אותיות, און להבדיל בוכשטאבן. זיי שרייבן זיך געווענליך שנעלער, און מ'קען גרינג זען צי דער ארטיקל איז גרייט. (טייל פון זיי זענען שוין אריינגעשטעלט געווארן אין די אלף כסף ערזעצבאר קאטעגאריע, נעמט א צופעליגע ארטיקל אויב איז אייך נישט קיין נפקא מינה).

ביי די סארט ארטיקלען דארף מען נישט ווארטן אויף די געקליבענע אריבערפירער, נאר סיי ווער עס זעט אז עס איז גרייט, און עס פארמאגט אלע נוצליכע אינפארמאציע (אזוי גוט אדער בעסער אראפגעשריבן) ווי דער ארטיקל פון וויקיפעדיע וואס עס קומט ערזעצן, קען עס אריבערפירן און אויסמעקן דעם וויקי ארטיקל. (עס איז נישט אז די סארט ארטיקלען זענען באמת וויכטיגער ווי די ערשטע, פונקט פארקערט. נאר די גאנצע מעלה דערפון איז שנעלקייט און כמות, דארף כאטש זיין דאס; משא"כ די ערשטע וואס איז גרונטליכקייט און איכות).

עס איז נישט כדאי צו נעמען אויף זיך מער ווי צוויי-דריי פון די ערשטע סארטן ארטיקלען, צו שרייבן פער חודש. הגם, אויב האט איר געענדיגט און גוט אראפגעשריבן דריי ארטיקלען, נישט מיט א כאפ-לאפ געיעג צו לויפן צום קומענדיגן, וועט אייך קיינער נישט אפהאלטן פון שרייבן א פערדע.