רוי:עלעקטראנישע מוזיק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עלעקטראנישע מוזיק איז מוזיק וואס מ'האט געמאכט מיט עלעקטראנישע געצייג ווי סינטעזיזירערס, קאמפיוטערס, פויק מאשינען און סעמפלערס. עלעקטראנישע מוזיק ווערט אויך גערופן "קאמפיוטערזירטע מוזיק", ווייל א גרויסן טייל ווערט געמאכט מיט א קאמפיוטער ניצנדיק פאסיקן ווייכווארג.

היסטאריע

אין די אנהייב יארן פונעם 20סטן יארהונדערט האט מען געפרואווט צו פארברייטערן דעם ספעקטרום פון קלאנגען, און מ'האט דערפינדן פארשידענע מוזיק אינסטרומענטן ווי דער טעלהארמאניום און דעם אנדעס מארטינא.

אין די 1940ער יארן האט פיער שעפער געגרינדעם די מוזיק קאנקרעט באוועגונג.

אין די 1950ער יארן האט מען אויפגעשטעלט א צענטער פאר עלעקטראנישער מוזיק אין ניו יארק.

אין דער וועלט פון קלאסישער מוזיק האט מען געשפילט באראק מוזיק פון באך, סטראווינסקי און מוסארגסקי מיט א סינטעזיזירער.

עלעקטראנישע מוזיק ווערט געניצט אין פילמען צו שאפן געוויסע עפעקטן. למשל, די טעמע-מעלאדיע פון דער בריטישער טעלעוויזיע סעריע "דאקטאר הו" וואס איז טראנסמיטירט געווארן דורכן BBC אנהייבנדיק פון 1963. די שאפונג האבן געשריבן ראן גריינער (Ron Grainer) און דיליא דארבישיר (Delia Derbyshire).

P music.svg דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!