רוי:געאלאגיע
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
געאָלאָגיע (שטאמט פון גריכיש "געא" - ערד, "לאגיע" - לערע) איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט דעם אויבערשטן שיכט פונעם ערד קוגל און איבער דער באשאפונג און אנטוויקלונג פון שטיינער און באדן. די וואס שטודירן געאלאגיע הייסן "געאלאגן". צווישן די ערד-געשעענישן וואס געאלאגן שטודירן זענען פארפלייצונגען, וואולקאנישע ברעכונגען און ערדציטערנישן. מען שטודירט באדן און שטיינער צו געפינען אונטערערדישע מעטאלן און ברענשטאף.
געאלאגיע איז צעטיילט אויף עטלעכע סוביעקטן, צווישן זיי:
- פעטראלאגיע - די שטודיע פון שטיינער: וויאזוי זיי זענען פורמירט און פון וואנעט זיי קומען.
- מינעראלאגיע - די שטודיע פון מינעראלן
- היסטארישע געאלאגיע - היסטאריע פון געשעענישן וואס האבן אויסגעפורעמט די ערד.
- פאלעאנטאלאגיע - שטודיע פון אלטע פאסילן.
- הידראגעאלאגיע - שטודיע פון וואסער אונטערן אויבערפלאַך פון דער ערד
- וואולקאנאלאגיע - שטודיע פון וואולקאנען אויף דער יבשה אדער אונטערן אקעאן.
טיפן שטיינער
שטיינער זענען אין אלע געשטאלטן און אלע קאלירן. טייל זענען זייער הארט און טייל זענען זייער ווייך.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: געאלאגיע |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!