רוי:פאראמאריבא
|
פּאַראַמאַריבאָ (האלענדיש: Paramaribo) איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון סורינאם און פון פאראמאריבא דיסטריקט. אין 2004 איז זיין באפעלקערונג געווען 242,946 מענטשן, א מערהייט פון דער באפעלקערונג פונעם גאנצן לאנד. אין 2002 האט אונעסקא פראקלאמירט דעם היסטארישן צענטער פון דער שטאט א וועלט ירושה ארט, צוליב די קאלאניאלישע געביידעס פון די 17טן און 18טן יארהאונדערטער וואס מוסטערן דעם ארכיטעקטישן סטיל געשאפן פון אן אויסמישונג פון אייראפעאישע און לאקאלע מאטיוון.
געאגראפיע
פּאַראַמאַריבאָ ליגט אין צפון סורינאם, אויפן מערב ברעג פון דעם סורינאם טייך, בערך 15 ק"מ ווייט פונעם אטלאנטישן אקעאן. דער צענטער פון דער שטאט איז אויסגעשרייט אנדערט האלב קילאמעטער אויפן מערב ברעג פונעם טייך וואס גרענעצט די שטאט פון דרום, און די שטאט האט דעם פארעם פון א דרייעק וואס זיין שפיץ ווייזט אויף צפון.
די גאסן פון דער שטאט זענען אויסגעלייגט אויף א געפלעכט סיסטעם (שתי וערב). עטלעכע קאנאלן גייען אדורך דער שטאט און פליסן אין טייך אריין. דרום פונעם צענטער פון דער שטאט גייט אן איינצעלנע בריק אריבער דעם טייך צום מזרח ברעג.
הויפטשטעט פון לענדער און טעריטאריעס אין דרום אמעריקע | ||
---|---|---|
לענדער | אורוגוויי: מאנטעווידעא · ארגענטינע: בוענאס איירעס · באליוויע: לא פאז, סוקרע · בראזיל: בראזיליא · גייאנע: דזשארדזשטאן · ווענעזועלע: קאראקאס · סורינאם: פאראמאריבא · עקוואדאר: קיטא · פאראגוויי: אסונסיאן · פערו: לימא · טשילע: סאנטיאגא · קאלאמביע: באגאטא |
|
טעריטאריעס |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!