רוי:לחיים

פון המכלול
ווערסיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מען געבט לחיים

לחיים איז א וווּנטש וואס מען זאגט ווען צוויי פריינד אדער מער טרינקען צוזאמען אלקאהאלישע געטראנקען (שארפע משקה).

ווען מען ווינטשט דעם צווייטן א לחיים, פירט מען זיך די גלעזער אויסשטעקן און זיי צוזאמען קלאפן איינער מיטן אנדערן, נאכער גיט מען א זוף. ביי עטליכע קרייזן ווי ביי די חסידים, פירט מען צו פריער געבן א זוף, און נאר דאן ווינטשן איינער דעם צווייטן א לחיים מיט אויפהייבן דעם גלעזל הייך אדער מיט זיך געבן אלבע הענט (נאר מיט די שפיץ פינגערס).