רוי:אינדוס

פון המכלול
ווערסיע פון 22:10, 1 סעפטעמבער 2020 דורך YI>פוילישער (נייער טייך מוסטער; נייער אפטייל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אינדוס
לעפצונג אראבישער ים

דער אינדוס (אורדו: سندھ סינדה; אַראַביש: السند אַל-סינד; גריכיש: Ινδός אינדאס) איז דער לענגסטער טייך אין פאקיסטאן און איינער פון די לענגסטער אין אזיע. ער איז לאנג 3,200 ק"מ, און זיין דרענאזש בעקן באדעקט 1,165,000 קוואדראט ק"מ. דער טייך איז דער מקור פונעם נאמען פון אינדיע. דער טייך הייבט אן אין טיבעט, און שטראמט פון דער הימאלייע אין א צפון-מערב ריכטונג דורך קאשמיר, און דערנאך קערט צו דרום לענגאויס פאקיסטאן. דער אינדוס גיסט אריין אינעם אראבישן ים נאנט צו קאראטשי.

באשרייבונג

באבור גייט אריבער דעם אינדוס טייך.
Satellite image of Indus River Basin

דער טייך אינדוס פארזארגט וויכטיקע וואסער רעסורסן פאר פאקיסטאנ׳ס עקאנאמיע – ספעציעל פאר פונדזשאב פראווינץ, וואס איז דער מקור פארן גרעסטן טייל פון דעם לאנד׳ס לאנדווירטשאפטלעכער פראדוקציע, און סינדה. דאס ווארט פונדזשאב באדייט "לאנד פון פינף טייכן" און די פינף טייכן זענען דזשעלום, טשענאב, ראווי, בעאס און סוטלעדזש, וואס אלע פֿליסן ענדלעך אין אינדוס אריין. אויך שטיצט דער אינדוס פיל שווערע אינדוסטריעס און גיט די הויפט פארזארג פון טרינקוואסער אין פאקיסטאן.