רוי:אמאזאן (פירמע)

פון המכלול
ווערסיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עמעזאן (ענגליש:  Amazon) איז אן אמעריקאנער טעכנאלאגישע פירמע, וואס איז באזירט אין סיאטעל, וואשינגטאן, און איז איינס פון די גרעסטע פירמעס אין דער וועלט, מיט א וועבזייטל וואו מענטשן קויפן און פארקויפן פראדוקטן אויף זייער וועבזייטל.

די פירמע

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
די פירמע'ס לאגא

די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך דזשעף בעזאס, אין דער גאראדזש פון זיין הויז אין בעלוויו, וואשינגטאן, אום 5טן יולי, 1994.

אריגינעל האט זיין פירמע בלויז פארקויפט ביכער; אבער מיט די צייט האט ער אנגעהויבן פארקויפן עלעקטראניקס, ווייכווארג, מעבל, שפילצייג, צירונג און וואס ער האט נאר געקענט.

עמעזאן איז אין א קורצע צייט אפשניט פון עטליכע יאר געווארן די מערסט ווערטפולע פירמע אין די פאראייניגטע שטאטן, און די גרעסטע אינטערנעט פירמע אין דער וועלט.