רוי:אימפעריאליזם

פון המכלול
ווערסיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אימפעריאַליזם איז א פארעם פון רעגירן אין וואס גרויסע אדער שטארקע מדינות פארברייטערן זייער הערשאפט איבער אנדערע לענדער צו שאפן אן אימפעריע. אימפעריאליזם קען זיין דורך קראפט (פירן מלחמות קעגן אנדערע לענדער) אדער דורך עקאנאמישן דרוק.

די ערשטע כוואליע פון אימפעריאליזם האט אנגהויבן אינעם 15טן יארהונדערט, און האט געצויגן ביז די 70ער יארן פונעם 19טן יארהונדערט (די תקופה פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע).

די תקופה פון דעם אנהייב פונעם 18טן יארהונדערט ביזן 20סטן יארהונדערט ווערט גערופן די "תקופה פון אימפעריאליזם".