רוי:פערסישער קאלענדאר

פון המכלול
ווערסיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער פערסישער קאַלענדאַר, אויך איראנישער קאלענדאר ( (פּערסיש: گاه‌شماری ایرانی גאַסאמאַריע איראַני) איז א זון־קאלענדאר און דער אפיציעלער קאלענדאר היינט אין איראן און אפגאניסטאן. דאס יאר הייבט אן ביי דער פרילינג־גלייכנאכט, געמאסטן אין די אסטראנאמישע אבסערוואטאריעס פון טעהראן און קאבול. אזוי ווי דער קאלענדאר ווערט גערעכנט אסטראנאמיש, איז ער פונקטלעכער ווי דער גרעגאריאנישער קאלענדאר, וואס איז אויסגערעכנט לויט א מאטעמאטישן פֿארמל.

די היינטיקע רעכענונג פון יארן אינעם פערסישן קאלענדאר הייבט אן פון דער הידזשרע, אזוי ווי דער לבנה־מוסולמענישער קאלענדאר; אבער, אזוי ווי דאס לבנה־יאר איז אומגעפער 3% קירצער פון דעם זון־יאר, איז געווארן במשך די יארן אן אפשטאנד צווישן די צוויי קאלענדארן. למשל, דאס יאר 2010 אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר איז 1431/32 אינעם מוסולמענישן קאלענדאר, אבער 1388/89 אינעם פערסישן קאלענדאר.