רוי:פסיקתא זוטרתי

פון המכלול
ווערסיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די פסיקתא זוטרתא איז געשטעלט אויף די פרשיות התורה, און בדרך כלל ווען מען טרעפט אין ספרים פסיקתא זוטרתי מיינט מען אויף די פרישיות התורה, עס ביישטייט פון קליינע מדרשי חכמים, וואס די חכמים האט גע'דרש'נט אויף די פסוקי התורה, ארויסגענומען פון ש"ס מדרש רבה תנחומא פסיקתא און נאך מדרשים, אויך איז דערין דא אסאך נייע מדרשים און דרושי הפסוקים וואס מען טרעפט נישט אין אנדערע פלעצער,

דער ספר האט מחבר געווען ר' אליעזר א חבר פון אבן עזרא.

דער פסיקתא זוטרתי ביישטייט פון צוויי חלקים

דער ערשטער חלק האט געדרוקט דער משכיל שלמה באבער פון א כתב יד אין יאהר ה'תרמ"ז. און עס איז אויף סדר בראשית און שמות, עס איז זייער ענדליך צום מדרש שכל טוב און האט כעמט אויף יעדן פסוק און ווארט אין דער תורה אסאך דרשות בעיקר אויף אגדה.

דער צווייטער חלק איז שוין געווען געדרוקט פריער, עס איז אויף חלק ויקרא, במדבר, דברים, עס ווערט געברענגט אין די ספרי החיד"א און נאך פריעדיגע, עס האט נישט קיין סאך אויף אגדה מען קען דאס פרעכעננען מער צו די מדרשי הלכה, עס ברענגט אסאך פון תורת כהנים און ספרי.

שפעטער האט געדרוקט נאך חלקים פון פסיקתא זוטרתי וואס איז פירושים אויף די חמש מגילות, געדרוקט אין מדרשים פון בית המדרש.

אסאך ראשונים רופן אהן סתם פסיקתא און זייער כוונה איז צום פסיקתא זוטרתא.