רוי:זשאבע

ווערסיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
פארשידענע סארטן זשאבעס

די זשאַבע (פון פויליש: Żaba) אדער פראש איז אַן אמפיבישע חיה װאָס לעבט טײַלװײַז אין װאַסער אָדער זומפּ, און טײַלװײַז אין טרוקעניש. זי האָט קרעפֿטיגע פּולקעס און קען שפּרינגען זײער װײַט. די זשאַבע עסט פֿליגן און מוקן. אין פֿראַנקרײַך עסט מען זשאַבע-פּולקעלעך און דאָס איז אַ באַרימטע טיפּישע שפּײַז דאָרטן.

יידישקייט

אין ספֿר שמות זענען זשאַבעס די צווייטע שטראָף פֿון גאָט איבער די עגיפּטער.