רוי:יאנישער ים

פון המכלול
ווערסיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער יאנישער ים.
דער יאנישער ים, געזען פון קארפו אינזל, גריכנלאנד, מיט סאראנדע, אלבאניע אין הינטערגרונט
דער יאנישער ים, אויסבליק פון אינזל קעפאלאניע

דער יאָנישער ים (גריכיש: Ιόνιο Πέλαγος, איטאליעניש: Mar Ionio אדער Jonio, אלבאניש: Deti Jon) איז אן ארעם פונעם מיטלענדישן ים, דרום פונעם אדריאטישן ים (דורכן דורכגאס פון אטראנטא). צו מערב איז דרום איטאליע כולל קאלאבריע, און סיציליע; צו מזרח איז דרום מערב אלבאניע, און א סאך גריכישע אינזלען, כולל די יאנישע אינזלען קארפו, זאקינטאס, קעפאלאניע, איטאקא, און לעפקאס. דער ים איז פון די מערסטע סייזמישע אין דער וועלט, ד"ה עס פאסירט דארטן א סאך ערדציטערנישן.

די שטאט סיראקוזע ליגט אויפן ים.