רוי:היסטאריע פון אייראפע

פון המכלול
ווערסיע פון 10:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די היסטאריע פון אייראפע איז אן אלגעמיינער נאמען פאר דער באשרייבונג פון דער צייט זייט מענטשן האבן באזעצט די יבשה פון אייראפע ביז די היינטיקע צייטן. מען איז געוואוינט איינצוטיילן די היסטאריע פון אייראפע אין געוויסע תקופות. די תקופות האבן די פארשער אוועקגעשטעלט לויט פארשידענע דראמאטישע היסטארישע געשעענישן.

די פאלגנדע תקופות זענען אנערקענט:

  • פאר־היסטארישע תקופה: פון דער ערשטער באזעצונג פון מענטשן ביז דער דערשיינונג פון שריפט אין אוראלט גריכנלאנד 700 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג.
  • אוראלטע צייטן: פון דער דערשיינונג פון שריפט אין אוראלט גריכנלאנד, 700 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג, ביזן אומפאל פון דער מערב רוימישער אימפעריע אין 476.
  • מיטל־אלטער: א תקופה פון מער ווי 1000 יאר, וואס ווערט צעטיילט אויף דריי:
    • אנהייב מיטל־אלטער: פונעם אומפאל פון דער מערב רוימישער אימפעריע אין 476 ביז דער ענדע פון דער וואנדערונג פון די פעלקער אינעם 11טן יארהונדערט.
    • שפיץ מיטל־אלטער: פונעם 11טן יארהונדערט ביזן 13טן יארהונדערט (1000 - 1300).
    • סוף מיטל־אלטער: די 13טער און 14טער יארהונדערטער (1300 - 1499).
  • אנהייב מאדערנער אייראפע: פונעם אנטפלעקן דאס "נייע וועלט", אין 1492, ביז דער פראנצויזישער רעוואלוציע, אין 1789.
  • 1789 - 1914: פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, אין 1789, ביזן אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה, אין 1914.
  • 1914 - 1991 פונעם אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה, אין 1914, ביזן צעפאל פונעם ראטן פארבאנד, אין 1991.

איבערבליק

דער מהלך פון לעבן אין אוראלט גריכנלאנד ווערט גערעכנט פון דעם גרעסטן איינפלוס אויף דער גאנצער היסטאריע פון אייראפע. אין -509 איז געגרינדעט געווארן די רוימישע רעפובליק, ערשט אין איטאליע און ארום דעם מיטלענדישן ים, און דערנאך האט זי געשפרייט איבער א היפשן טייל פון אייראפע אין 150.

נאך א תקופה פון ברודערקריגן, האט דער קייסער קאנסטאנטין דער ערשטער גערוקט די הויפטשטאט פון רוים צו דער גריכישער שטאט ביזאנטיום אין 313, וואס ער האט גערופן "די שטאט פון קאנסטאנטין". אין 395 האט זיך די אימפעריע צעשיידט גענצלעך אויף צוויי. די מערב רוימישע אימפעריע האט געליטן פון נאכאנדיקע אטאקעס, ביז אין 410 האבן די וויזיגאטן, א דייטשיש פאלק, חרוב געמאכט רוים. דער לעצטער מערב רוימישער קייסער האט פארלוירן זיין טראן אין 476; דרום־מזרח אייראפע און א טייל פון די מיטללענדישע לענדער זענען געבליבן אונטער דער הערשאפט פון דער ביזאנטישער אימפעריע ביזן 6טן יארהונדערט.


פונעם 7טן יארהונדערט, איז די ביזאנטישע אימפעריע געווארן שטארק אנגערירט פון דעם אנהייב פון איסלאם און די כאליפאטן. מוסולמענער אראבער האבן ערשט אינוואדירט רוימישע טעריטאריע אונטער אבו באקר, דער ערשטער כאליף פונעם ראשידון כאליפאט, וואס איז אריין אין סיריע און רוימישער מעסאפאטאמיע. אונטער אומאר, דער צווייטער כאליף, האבן די מוסולמענער באשטימענדיק איינגענועמן סיריע און מעסאפאטאמיע, ווי אויך רוימישע פאלעסטינע, רוימישע עגיפטן, און טיילן פון קליין אזיע און רוימישע צפון אפריקע. דאס האט ממשיך געווען אונטער די שפעטערדיקע ראשידון כאליפן און אונטערן אומאישן כאליפאט, וואס האט איינגענומען גאנץ מיטלענדישע צפון אפריקע און רוב פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען ציפערן, מאלטא, קרעט, סיציליע און טייל פון דרום איטאליע.


אינעם סוף פונעם מיטל־אלטער האט די אטאמאנישע אימפעריע באזיגט די ביזאנטישע אימפעריע, און די סוחרים פון אייראפע האבן געדארפט געפונען אנדערע האנדל־רוטעס וואס פארן נישט אדורך דעם מיטל מזרח. און טאקע אין 1492 האט קאלומבוס געטראפן דעם וועג אין די אמעריקעס, און אין 1498 איז וואשקו דא גאמא ארומגעפארן אפריקע און אנגעקומען אין אינדיע.

מיט דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע, וואס האט אנגעהויבן אין גרויסבריטאניע, האבן מענטשן געהאט צום ערשטן מאל די מעגלעכקייט צו האבן א מער רחבותדיק לעבן. די פראנצויזישע רעוואלוציע געשאפן אן איבערקערעניש אין דער גאנצער יבשה פון אייראפע ווען דער קייסער פון פראנקרייך, נאפאלעאן באנאפארטע, האט איינגענומען פיל לענדער און האט רעפארמירט זייער סאציאלן סטרוקטור. ענדלעך אין 1815 האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך און פרייסן געזיגט און האבן געשיקט נאפאלעאן אין גלות אויפן אינזל עלבע.

אין פראנקרייך און בריטאניע האט מען געגעבן דאס רעכט צו שטימען צו אייגענטימער פון קליינע פארמעגן. אין 1848 האבן רעוואלוציעס אנגהויבן ארום אייראפע.


מוסטער:היסט-שטומף