רוי:סוכה

פון המכלול
ווערסיע פון 12:30, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:215px-Jerusalemsukkas.jpeg
סוכות אין ירושלים
He wiki sucot.jpg

סוכה איז די פּראָוויזאָרישע כאַטקע וואָס אידן ציען זיך אַרײַן צו וואוינען דאָרטן אין משך פון סוכות. מען עסט און מען שלאָפט אין דער סוכה. אַ סוכה דאַרף זײַן באַדעקט מיט כשרן "סכַך".

דאָס ווערט אַרויסגעלערנט פונעם פסוק[1]: בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים.

עסן און שלאָפן אין דער סוכה

עסן אין דער סוכה איז א פליכט נאר ווען מען עסט אן ״אכילת קבע״, אבער שלאפן אין דער סוכה איז נישט קיין חילוק נאר אלעמאל א מצווה.

מקור פון דער מצווה

די מצווה פון וואוינען אין דער סוכה שטייט אין פרשת אמור אין ספר ויקרא: בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים, האבן די חז״ל געלערנט פונעם ווארט 'תשבו' א די מצווה פון וואוינען אין דער סוכה איז פשט אזוי ווי א מענטש וואוינט אין זיין שטוב א גאנץ יאר, און איינע פון די הויפט זאכן וואס א מענטש טוט ביי זיך אין שטוב איז עסן][2]: תנו רבנן: 'תשבו' - כעין תדורו. מכאן אמרו: כל שבעת הימים עושה אדם סוכתו קבע וביתו עראי. כיצד? היו לו כלים נאים - מעלן לסוכה, מצעות נאות - מעלן לסוכה, אוכל ושותה ומטייל בסוכה, ומשנן בסוכה.

סכך

סכך (ארויסזאגנדיג: סְכאַך) איז דער דאך פון דער סוכה, דאס איז פאררעכנט אלס דער וויכטיקסטער טייל פון דער סוכה. לויט דער הלכה מוז איר מאַטריאַל זיין נאך פון אן אָבּגעשטינער געוואוקס פון דער ערד וואס איז רוי נישט אויסגעאַרבערט אדער פראצעסירט. די הלכה לויטעט אויך אז די סכך מוז זיין געבויט אויפן געדאנק פאר דער מצוה פון סוכה, דער אויסדרוק פון תלמוד איז "לְשֶם מִצוַת סוּכָּה", אדער על כל פנים צו שיצן פון דער זון. די ווענט מעגן זיין פון אלערליי מאַטריאַלן און מוז נישט זיין געבויט לשם מצות סוכה. צו זיין כשר, דארף א סוכה האבן כאטש דריי ווענט וואס זענען הויך צען טפחים, און זיין באדעקט מיט סכך.

אינווייניג פון דער סוכה, פון דער פאדלאגע ביזן סכך טאר נישט זיין העכער פון צוואנציק איילן (אמות) און נישט ווינציקער פון צען טפחים.

נוי סוכה

Postscript-viewer-blue.svg נוי סוכה

ס׳איז פאראן א ברייט אנגענומענער מנהג צו באשיינען די סוכה מיט נוי סוכה.

טעם

  1. דאס ווערט געבויט היינט צוטאגס אלס אנדענק צום באפרייאונג פון מצרים, צו דאנקען גאט פאר די ניסים דאן, אין סימבאליש צייכענט דאס אפ די הימלישע ווענט פון פון די 4 וואלקענעס וואס איז געווען דער איינציגסטער שוץ אין מדבר ווען די אידן האבן דארטן געוואלגערט 40 יאר און עס איז זיי גארנישט געשען קיין שלעכטס.
  2. און דער סעזאן איז אויסגעשטעלט דווקא אין הארבסט סעזאן, בעפאר די ווינטער ווען די פארמער און פלאנצער ענדיגן זייער פעלד ארבעט, וואס אמאל איז יעדער געווען אין אזא ארבעט. און זיי עסן דאן אין אזא סוכה צו פייערן און דאנקען פאר די גוטע פלאנצונג פון יאר.

רעפערענצן

מוסטער:הלכה