רוי:רבי שמעון בר אבא

פון המכלול
ווערסיע פון 17:39, 26 נאוועמבער 2013 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון 66.87.116.22 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' שמעון בר אבא איז געווען א תלמיד פון רבי יוחנן ער האט געלערנט פאר אים (סוף בכורות). ער האט אים אויך באדינט, געווען א מאל וואס ער האט אים געגעבן זיין שיך אנצוטון (ירושלמי שבת פ"ו ה"ב)

דער ירושלמי (ברכות פ"ב) רופט אים אן א מדקדק במצוות.

ער איז געווען א קלוגער מענטש און האט פארשטאנען אפצושאצן וויפיל א בריליאנט שטיין איז ווערד, אבער דאך איז באשערט געווען פאר אים ארימקייט, דער מדרש (קה"ר אויפן פסוק לא לחכמים לחם) זאגט אויף אים דעם פסוק: לא לחכמים לחם, נישט אייביג האט די קלוגער האבן ברויט.

די חכמים האבן אים דירעקט געגעבן ארבעט כדי ער זאל האבן פרנסה, ר' יוחנן פלעגט דירעקט שיקן צו אים ער זאל אויסקלויבן פאר אים געלד וואס איז גוט און וואס איז שלעכט. ר' אלעזר איז אמאל געגאנגען פאר אים און האט אראפגעווארפן א מטבע כדי ער זאל עס טרעפן און האבן געלד (ירושלמי ב"מ פ"ג ה"ג), אילופוסה פלעגט אים געבן זיינע מעשרות (ירושלמי ברכות פ"ב).