רוי:רבי שלום ראזענפעלד

פון המכלול
ווערסיע פון 02:40, 3 אויגוסט 2013 דורך YI>Kolega2357 (ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:רבנישע לוים צו קאַטעגאָריע:רבנישע לויים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שלום ראזענפעלד זצ"ל (ה'תק"ס - כ' חשוון ה'תרי"ב), רב אין קאמינקא

אפשטאם

רבי שלום איז געבוירן אין ראווא אין יאר ה'תק"ס, צו זיין פאטער ר' יעקב יוסף הלוי ראזענפעלד, א זון פון ר' שלום הלוי ראזענפעלד, באקאנט מיט דעם נאמען דער ראווער גראף. און צו זיין מוטער מרת יענטא א טאכטער פון, ר' יהושע צבי העשיל, פון באר.

דער ראווער עילוי

צדיקים האבן געזאגט אז רבי שלום האט זייער א הויכע נשמה, דער שר שלום פון בעלז און דער רוזשינער האבן געזאגט אז זיין נשמה איז פון דעם ווילנער גאון.

אין זיין יוגנט האט רבי שלום געלערנט ביי הרב צבי הירש חריף און ביי הרב שלמה קלוגער ווען זיי זענען געווען אין ראווא.

רבי שלום שרייבט צום ענדע פון מסכת נדה פון זיין ש"ס היום בן תשע שנים אנכי, היום סיימתי ש"ס

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי שלום געוואוינט אין זיין שטאט ראווא ביז אין יאר ה'תקפ"ב, אין עלטער פון צוויי און צוואנציג יאר, ווען מען האט אים אויפגענומען רב אין יאריטשאוו, (צדיקים האבן גערופן די שטאט יראה - תשובה). פופצן יאר איז רבי שלום געווען רב אין יאריטשאוו נאכהער איז ער אין יאר ה'תקצ"ז געווארן רב אין קאמינקא.

הסתלקות

רבי שלום איז נפטר געווארן אין קאמינקא כ' חשוון ה'תרי"ב, און מען האט אים דארט געלייגט .

פאמיליע

נאך פאר די דרייצן יאר, איז רבי שלום געווארן א חתן מיט מרת חנה גאלדא א טאכטער פון הרב נפתלי נתן הירש, דער קרעשוב'ער גראף, אן אייניקל פון רבי צבי הירש באלחוב'ער דער רבי פון די פני יהושע. זייער איינצוגער זון:

ספרים

  • אוהב שלום צוזאמען גענומען דורך הרב נחום מאיר גערמאן ה'תשמ"ג

רעפערענצן

  • אוהב שלום
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר