רוי:שוק מחנה יהודה

פון המכלול
ווערסיע פון 22:48, 24 יאנואר 2021 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון 213.137.70.139 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Addbot)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מחנה־יהודה מאַרק

דער מחנה יהודה מאַרק (העברעאיש: שוק מחנה יהודה) איז א גרויסער מארק אין ירושלים, וואס איז באוואוסט אלס צענטער פון עסנווארג פון אלע סארטן, און נאך אנדערע ארטיקלען, ווי קליידער, הויז באדערפענישן פארן קיך, ארגאנישע עסן, בלומען, זיסווארג און בעקערייען, רעסטאראנטן און נאך אנדערע געשעפטן. איידער די וואלן, קומען פאליטיקער באזוכן די שוק, אויפצוטרייבן שטיצע צווישן די וויילער. די הענדלער אין דעם מארק, זענען בעיקר באוויסט אלס זיין שטיצער פון בית"ר ירושלים.

אנגעהויבן האט זיך עס אין ניינצטען יאר הונדערט, מיט אראבישע דארפסלייט וואס זענען געקומען פארקויפן זייער סחורה, צו די איינוווינער פון נחלאות. נאכן האבן סוקסעס האבן צוביסלעך יידישע פעדלער איבערגענומען דעם ליידיקן שטח פון די אראבער, און האבן אויפגעשטעלט בודקעס.

ווען דער בריטישער מאנדאט איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן זיי געהאט פלענער צו טוישן אסאך זאכן דארט, די קרעמער האבן זיך קעגנגעשטעלט.

די ישיבה עץ חיים, וועלכע געפינט זיך מערב פונעם מארק, האט געעפנט צו דער זייט פון איר שטח, געשעפטן פאר סוחרים, אזוי ארום צו פארדינען געלט, אנדערע האבן נאכגעטון.

דער מארק היינט איז גרויס, און האט אסאך לאקאלע איינוווינער, און טוריסטן וואס קומען באזוכן דארט. די שוק איז איבערגעדעקט געווארן מיט א דאך, אין טייל ערטער. און איז פארמאכט געווארן פארן פארקער נאך עטליכע טעראר אטאקעס, וואס די שוק האט דורכגעלעבט.

היינט איז די גרענעצן פונעם מארק צווישן יפו גאס און אגריפס גאס, און די פולע געסלעך צווישן די צוויי גאסן.