רוי:שבעה עשר בתמוז

פון המכלול
ווערסיע פון 05:34, 1 יולי 2018 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שבעה עשר בתמוז איז א יידישער פאסט-טאג. די משנה אין מסכת תענית דערמאנט פינף זאכן וואס האבן פאסירט דעם טאג:

ווען י"ז תמוז געפאלט שבת, וועט דער תענית געהאלטן צומארגן, זונטיק. מען רופט דאס א "נדחה".

אין נביא (און אויך אין די סליחות) וועט דער פאסט גערופן צום הרביעי (דער תענית פונעם פערטן חודש).

מען הייבט אן פאסטן ביי עלות השחר און מען פאסט ביז מען קען זען דריי שטערן (אפילו נישט נאנט איינער צו אנאנד).

אין דעם טאג הייבן אן די ״דריי וואכן״; פון דעם טאג אן איז דער מנהג ביי אשכנזים אז מען שערט זיך נישט און מאכט נישט קיין חתונות.

שטאמונג

אין דעם טאג האבן די בבלים אויפגעריסן דעם מויער פון מלכות יהודה.

לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים א' (כ"ה) האט עס פאסירט ט' תמוז, אבער צוליב־וואס איז אין די יידישע טראדיציע באשטימט געווארן צו פאסטן י"ז תמוז אלס א געדענק-טאג.