רוי:רעטינע

פון המכלול
ווערסיע פון 23:17, 27 נאוועמבער 2016 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טיילן פונעם מענטשלעכן אויג.

די רעטינע אדער נעצהייטל איז די דינע שיכטע פון צעלן  וואס באדעקט דעם אויג אינעוויניג ביי מענטשן און א סך בעלי חיים. זי באשטייט בעיקר פון ניוראנען, און איר ראלע איז צו דערשפירן דאס ליכט וואס קומט אין אויג אריין און שיקן אינפארמאציע וועגן אים צום מוח.


די אינפארמאציע וועגן ליכט וואס גייט ארויס פון דער רעטינע גייט מערסטנס דורכן אפטישן נערוו און ווערט געניצט דורכן מוח צו זען.


אין אן עובר אנטוויקלט זיך די רעטינע מיט מוח געוועב ווי א פארלענגערונג פונעם מוח, און זי ווערט טאקע גערעכנט א טייל פון דער צענטראל-נערוון-סיסטעם.