רוי:רבי אברהם בורנשטיין

פון המכלול
ווערסיע פון 13:15, 27 נאוועמבער 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סאכאטשאווער רבי
רבי אברהם בארנשטיין
געבורט בענדין

רבי אברהם בארנשטיין פון סאכאטשאוו (כ"ה תשרי ה'תקצ"ט, 14טן אקטאבער 1838- י"א אדר א' ה'תר"ע, 20סטן מערץ 1910), איז געוועאן אן אדמו"ר און גרינדער פון דעם סאכאטשאווער הויף און דער מחבר פון די ספרים: "אגלי טל" און "שו״ת אבני נזר". ער איז געוועאן באוואוסט ווי איינער פון די גרעסטע למדנים און פוסקים אין פוילן.

לעבנסגעשיכטע

יונגע יארן

ער איז געבוירן געווארן אין בענדין, קאנגרעס פוילן, צו זיין מוטער דאבריש (ערליך) און זיין פאטער הרב זאב נחום, מחבר פונעם ספר "אגודת אזוב", און זון פון רבי אהרון בארנשטיין פון שטעקאטשין. ער איז געווען אן אייניקל פון די רמ"א ,ש"ך און מעשה רוקח. ווען ער געווען נאך א קינד איז זיין משפחה אריבער וואוינען אין עלקוש, וואו זיין פאטער האט באקומען די רבנות שטעלע. שפעטער איז זיין פאטער געווארן שטאטס רב אין ליטוויש ביאלע..

ביי די דרייצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט שרה צינא, די טאכטער פון רבי מנחם מענדל, דער אלטער קאצקער רבי, וואס זיין פאטער איז געווען פון די קאצקער חסידים. ער האט געוואוינט ביי זיין שווער ביז נאך זיין פטירה אין יאר ה'תרי"ט (1859).

ער האט געהאלטן זיין שווער פאר זיין רבי מובהק.

רבנות

עטלעכע פיר יאר נאך זיין שווער׳ס פטירה, אין יאר ה'תרכ"ג, האט מען אים באשטימט שטאטס רב פון פאַרטשעוו, וואו ער איז געבליבן א פאר יאר, ביז די פרנסים פון דער קהילה האבן אים אפגעזאגט פון זיין אמט ווייל זיי האבן געוואלט אויפנעמען זיין שוואגער, רבי דוד מארגנשטערן, און ער איז אריבער דינען ווי רב אין קראָשנעוויץ. במשך די יארן פלעג ער פארן צו זיינע רבי׳ס, די ממלאי מקום פון זיין שווער, רבי יצחק מאיר אלטער פון גער און רבי חנוך העניך פון אלעקסאנדער.

ער איז נפטר געווארן י"א אדר א' ה'תר"ע. זיין זון רבי שמואל איז געווען זיין ממלא מקום אין דער רעביסטעווע.

זייַנע באַקאַנטע תלמדים

וועבלינקען

זײַנע ספרים

ספרים וועגן אים