רוי:קייסער סאלאט

פון המכלול
ווערסיע פון 03:58, 2 סעפטעמבער 2021 דורך YI>Pacha Tchernof (brackets fix)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קייסער סאלאט (ענגליש: Caesar salad) איז א רויע סאלאט וואס ווערט גערופן אויפן נאמען פונעם איטאליענישן ערפינדער וועלכער האט דאן געפירט א רעסטאָראַן אין מעקסיקא.

עס באשטייט אין אלגעמיין פון שאלאטן (געווענליך ראמעין), געבאקענע שטיקלעך ברויט באשמירט מיט קנאבל (גערופן: קראטאנס), קעז, לימאן זאפט, איילבירטן אויל, אייער און שווארצע פעפער.

עס איז א פאפולערע דעליקאטעס אין עלעגאנטע רעסטוראנטן.

זארגן

עס זענען פאראן וואס זענען באזארגט אז פון די רויע אייער קען מען באקומען סעלמאנעלע.

וועבלינקען