רוי:פארטיידיגונגס-מיניסטעריום

פון המכלול
ווערסיע פון 22:27, 21 דעצעמבער 2016 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פארטיידיגונגס מיניסטעריום, ווערט אויך גערופן קריגס מיניסטעריום אדער זיכערהייטס מיניסטעריום, פאראנטווארטליך פארן מיליטער, און זיכערהייט צושטאנד אין לאנד.

געווענליך דער מיניסטער, אדער סעקרעטאר פון די מיניסטעריום, איז א ציווילע בירגער, וואס איז א טייל פון קאבינעט אין די רעגירונג. אין רוב לענדער איז עס זייער א מכובדיקע פאזיציע, און אין עטליכע לענדער וויכטיקער פון די אויסערן מיניסטעריום. קריגס מיניסטעריום איז געווען דער אנגענומענער נאמען ביז נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, דאן האבן רוב לענדער געטוישט דעם נאמען, צו זיכערהייטס־מיניסטעריום אדער פארטיידיגונגס־מיניסטעריום. געווענליך פיינט פון איין לאנד, רופן דעם זיכערהייטס מיניסטער פון אנדערן לאנד, מיטן נאמען קריגס מיניסטער, ווי די פאלעסטינער קעגן ישראל.

אין עטליכע לענדער, איז דער זיכערהייטס מיניסטער אויך שעף פון גענעראל שטאב, ספעציעל אין פעלער פון א מיליטערישער רעזשים, איז אדער דער זיכערהייטס מיניסטער, אדער שעף פון גענעראל שטאב דער רעגירער אין לאנד.