רוי:פאלמעסונג

פון המכלול
ווערסיע פון 02:33, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 48 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q41482 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאלמעסונג איז דאס אויפשניידן דעם נפטר נאכן שטארבן זיך צו דערוויסן וואס האט גורם געווען זיין שטארבן, אדער צו ארויסנעמען גלידער פאר לעבעדיגע.


הלכה

לויטן רוב רבנים איז דאס פארבאטן, ווייל מיר גלייבן אין השארת הנפש, דאס הייסט אז דער מענטש איז נישט אויס נאכן שטארבן, נאר זיין נפש לעבט ווייטער אין גן עדן, און זיין גוף רוהט זיך אויס פאר תחיית המתים, און אויב מ'וועט לאזן צורירן און טשעפענן דעם גוף, וועט מען טראכטן אז עס איז געענדיגט און איז נישט דא א לעבן נאכן לעבן. דאס איז אויך די סיבה לויטן כוזרי פון טמאי מת, כדי מען זאל ווי ווייניגער זיך צורירן צו א טויטן און דורכדעם זיך אפשוואכן די אמונה אין לעבן נאך א לעבן.