רוי:עטיאפישער קאלענדאר
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
2025 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2025 MMXXV |
אידישער לוח | ה'תשפ"ה - ה'תשפ"ו |
כינעזישער קאלענדאר | 4721 – 4722 甲辰 – 乙巳 4722 איז דאס יאר פונעם שלאַנג |
עטיאפישער קאלענדאר | 2017 – 2018 |
פערסישער קאלענדאר | 1403 – 1404 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1446 – 1447 |
דער עטיאפישער קאלענדאר איז א זון־יאר קאלענדאר פון 365 אדער 366 טעג, וואס איז דער הויפט קאלענדאר פון עטיאפיע, און איז אויך דער רעליגיעזער קאלענדאר פון דער ארטאדאקסישער קירכע פון עריטרעא. דער קאלענדאר איז באזירט אויפן אוראלטן קאפטישן קאלענדאר. דער קאלענדאר האט צוועלף מאנאטן פון דרייסיג טעג, און פינף (זעקס אין אן עיבור־יאר) טעג ביים סוף פון יאר. גענוי ווי דער יוליאנישער קאלענדאר, איז יעדע פערטע יאר אן עיבור־יאר, אן קיין יוצא מן הכלל.
דאס יאר הייבט אן אין סעפטעמבער לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר. די יארן פונעם עטיאפישן קאלענדאר זענען בערך זיבן ווינציקער פונעם גרעגאריאנישן קאלענדאר; למשל, אין סעפטעמבער 2007 האט אנגעהויבן יאר 2000 אינעם עטיאפישן קאלענדאר.