רוי:רבי עזריאל חיים גאלדפיין
הרב עזריאל חיים גאלדפיין (ט' כסלו ה'תרצ"ו – י"ד כסלו ה'תשס"ח) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער ישיבה גדולה אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע.
עזריאל חיים גאלדפיין איז געבוירן אין מינעסאטע,[1] פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אין יאר תרצ"ו צו זיין פאטער ברוך גאלדפיין. הרב גאלדפיין האט געלערנט אין דער טעלזשער ישיבה אין קליוולאנד, און ער איז געווען א תלמיד מובהק פונעם טעלזשער ראש ישיבה, הרב מרדכי גיפטער.
ער איז געקומען קיין דרום אפריקע אין יאר תשל"ג צו ווערן א מגיד שיעור אין ישיבת בית יצחק, א גרויסע תלמוד תורה אין יאהאנעסבורג. שפעטער האט ער אויפגעשטעלט די ישיבה גדולה אין יאהאנעסבורג, וואו ער איז געבליבן אלס ראש ישיבה עד סוף ימיו.
דער היינטיגער הויפט רב פון דרום אפריקע, הרב גאלדשטיין, איז רב גאלדפיין'ס א מוסמך.
ער איז נפטר אין דער עלטער פון 72 ש"ק י"ד כסלו תשס"ח נאך אן אפעראציע אויף זיין הארץ. ער האט איבערגלאזט זיין ווייב מיט 9 קינדער. זיינע זין הר"ר אברהם און הר"ר דוד האבן איבערגענומען אלס ראשי ישיבות.