רוי:נפתלי שניצלער

פון המכלול
ווערסיע פון 07:24, 16 אויגוסט 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נפתלי משה שניצלער (געבוירן אין תשמ"ו) ווערט פאררעכנט אלס דער גרעסטער מוזיק פראדוצירער פון חסידישע מוזיק.[מקור פארלאנגט] ער איז דער אייגנטומער פון שניצלער סטודיא.

שניצלער איז א קאמפאזיטאר, אן אראנזשירער, א פיאניסט, א סטודיא אינזשעניר, און אויך א מיקסער.

ביאגראפיע

שניצלער איז געבוירן געווארן אינעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא צו זיין פאטער יעקב שניצלער, א ברודער פונעם בארימטן זינגער מיכאל שניצלער. פון קינדווייז אן האט ער געהאט א שטארק געפיל צו מוזיק און פלעגט אסאך שפילן פיאנא.

ער וואוינט אין וויליאמסבורג און זיין אפעראציע ווערט געפירט פון זיין סטודיא אויף בארום סטריט.

צווישן די וואס האבן ביי אים געמאכט ניגונים ציילן זיך די אידישע מוזיק ריזן מרדכי בן דוד, אברהם פריד, ליפא שמעלצער, בערי וועבער, און שמואלי אונגאר.

שניצלער סטודיא איז דער פירנדער נאמען אין חסידישער מוזיק און מערסטנס אלבאמען גייען דורך זיינע הענט.[מקור פארלאנגט]

אלבאמען אין וואס ער האט געהאט א חלק

וועבלינקען