רוי:נארוועגישער ים

פון המכלול
ווערסיע פון 06:34, 24 מערץ 2015 דורך YI>Dexbot (Removing Link GA template (handled by wikidata))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער נארוועגישער ים
מאפע פונעם נארוועגישן ים
דורכשניט טיף: 1600-1750 מעטער
מאקסימום טיף: 3,970 מעטער
שטח פון אייבערפלאך: 1,380,000 קוואדראט ק"מ
פארנעם: 2,400,000 קובישע ק"מ
וואסער זאלצקייט: בערך 35 אין א 1,000

דער נארוועגישער ים (נארוועגיש: Norskehavet) איז א טייל פונעם צפון אטלאנטישן אקעאן, צפון־מערב פון נארוועגיע, צווישן דעם צפון ים (ד"ה צפון פון שאטלאנד) און דעם גרינלענדישן ים.

ער גרענעצט זיך מיטן צפון אטלאנטישן אקעאן צו מערב און דעם בארענטס ים צו צפון־מזרח. אין דרום־מערב, ער איז צעשיידט פונעם אטלאנטישן אקעאן מיט אן אונטער־ים שפיץ פון איסלאנד און די פארא אינדזלען. צו צפון, טוט דער יאן מאיען שפיץ שיידן דעם ים פונעם גרינלאנדישן ים.