רוי:נאציאנאלע שולע פון ציווילע אוויאציע
די נאַציאַנאַלע שולע פֿון ציווילע אַוויאַציע אדער פֿראַנצויזישע ציווילע אַוויאַציע אוניווערסיטעט (פראנצויזיש: École nationale de l'aviation civile; אין קורצן: ENAC) איז א פראנצויזישע פובליקע גראַנד עקאָל פאר עראנויטיק וואס איז געגרינדעט געווארן דעם 28סטן אויגוסט 1949 און געפינט זיך אין פראנקרייך ביי ביסקאַראָס, קאַרקאַסאָן, קאַסטעלנאָדאַרי, שאַטאָ-אַרנאָ-סענט-אָבאַן, גרענאבלע, מעלען, מאָנפּעליע, מאָרע, סענט-יאַן און טולוז. זי איז א מיטגליד פון דער קאנפערענס דע גראנדע עקאלע, דער טולוז אוניווערסיטעט און דער עראספייס טאל, און איז דער פינפטער גרינדער פון "פראנס AEROTECH".
ENAC געבט טרענירונג אין ציווילע עראנויטיק. דער אוניווערסיטעט האט בערך 25 קורסן ווי עראספייס אינזשענירן, טעכניקערס, דיפלאמירטערס, מאַסטערע ספּעסיאַליזע (Mastères Spécialisés), לופטליניע פילאטן, פלי קאנטראלערס, מאנאזשערס און פלי לערערס.