רוי:מארסעל פרוסט

פון המכלול
ווערסיע פון 16:32, 21 סעפטעמבער 2017 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Marcel_Proust_1900.jpg with File:Marcel_Proust_1895.jpg (by CommonsDelinker because: File renamed: File renaming criterion #3: To correct obvious errors in file names, including)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פרוסט אין 1900

וואַלענטען-לואי-זשארזש-עזשען-מאַרסעל פרוסט (פראנצויזיש: Valentin Louis Georges Eugène Marcel Proust; ‏10טן יולי 187118טן נאוועמבער 1922) איז געווען א פראנצויזישער אינטעלעקטואל, שרייבער און קריטיקער פון א יידישן אפשטאם. ער איז מערסט באוואוסט פאר זיין בוך "זוכנדיק פארלוירענע צייט" (פראנצויזיש: À la recherche du temps perdu). פרוסט ווערט גערעכנט איינער פון די גרעסטע פראנצויזישע שרייבער אינעם 20סטן יארהונדערט.

ביאגראפיע

פרוסט איז געבורין געווארן אין אטעי, א פארשטאט פון פאריז, אין 1871, צו זיין פאטער, אשיל אדריען פרוסט, א בארימטער פאטאלאג און עפידעמיאלאג, און זיין מוטער, אמו, זשאַן קלעמנס ווייל, די טאכטער פון א גבירישער יידישער משפחה פון עלזאס. זיין פאטער איז געווען א קאטויל און האט אים געהאדעוועט אין א קאטוילישער קולטור.

ביי די 9 יאר האט פרוסט געהאט זיין ערשטע אסטמא אטאקע, פון וואס ער איז כמעט געשטארבן. פון דעמאלסט אן איז זיין געזונט געווארן וואס שוואכערער.


אין 1906 איז זיין מוטער געשטארבן.