רוי:לעבנס-מיטל כעמיע
לעבנס-מיטל כעמיע איז די שטודיע פֿון כעמיקאלע פראצעסן און אינטעראקציעס פֿון אלע ביאלאגישע און נישט-ביאלאגישע באשטאנדטיילן פון לעבנס-מיטל. די ביאלאגישע סובסטאנצן שליסן איין למשל פלייש, עופות, שאלאטן, ביר און מילך. די שטודיע איז ענלעך צו ביאכעמיע אין אירע באשטאנדטיילן אזוי ווי קארבאהידראטן, ליפידן און פראטעין, אבער זי שפארט איין אויך אזוינס ווי וואסער, וויטאמינען, מינעראלן, ענזימען, עסן צוגעבעכצן, אראמאטן און פארבן. די דיסציפלין נעמט אויך אײַן וויאזוי פראדוקטן ענדערן זיך דורך געוויסע לעבנס-מיטל פראצעסן טעכניקעס, און מעטאדן אדער גורם זײַן אדער צו פֿארמײַדן זייער פאסירונג. א בײַשפיל פֿון הייבן א פראצעס איז אריינלייגן לאקטיש זייערס אין מילך פראדוקטן אנצוגיכן דאס יויערן; א בײַשפיל פֿון פֿארמײַדן א פראצעס וועט זײַן אפצושטעלן די מאיארד רעאקציע אויף א פריש געשניטנעם עפל.