דרעפט:רבי ישכר דוב בידערמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 04:27, 24 פעברואר 2026 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (עטוואס פארבעסערט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישכר דוב בידערמאן (י' כסלו ה'תש"ב - י"ד שבט ה'תשפ"ו) איז געווען דער לעלובער רבי אין ירושלים. ער איז אויך געווען באקאנט אלס "לעלוב פיעטריקאוו" און "מהרי"ד מלעלוב".

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן י' כסלו תש"ב אין די בתי ווארשע אין ירושלים אלס זעקסטע קינד צו זיין טאטן, רבי משה מרדכי בידערמאן, דער בעל ברכת משה.

ביי זיין ברית האט מען אים א נאמען געגעבן ישכר דוב נאך רבי ישכר דוב פון בעלזא.

ווען ער איז געווען א יונג קינד האט זיין טאטע זיך געצויגן קיין תל אביב.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט חוה, טאכטער פון רבי משה זאב פריעדמאן, רב אין יפו. איין טאג האט א שרעקליכע שריפה אויסגעבראכן אין זייער שטוב. די רביצין איז נפטר געווארן אין דעם פייער אין א יונגער עלטער און איבערגעלאזט איין קינד. דער רבי אליין איז געראטעוועט געווארן מיט ניסים.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון רבי יעקב קרישבסקי.

ער איז נפטר געווארן י"ד שבט ה'תשפ"ו אין עלטער פון 84 יאר, אויף א פלוצימ'דיגן אופן, פארטאגס נאכ'ן גיין אין מקוה.

ער איז געברענגט געווארן לקבורה אויפ'ן הר הזיתים.

רבי'סטעווע

ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן, האט מען אויפגענומען צוויי פון זיינע ברידער אלס לעלובער רבי'ס, רבי אברהם שלמה און רבי שמעון נתן נטע. עטליכע יאר שפעטער האט מען אויך מכתיר געווען זיין ברודער רבי אלטר.

ווען זיין עלטסטער ברודער רבי אברהם שלמה איז אוועק האט מען אים מכתיר געווען אלס לעלוב-פיעטריקאווער רבי און זיין ברודער רבי פנחס אלס דער לעלוב ניקלשבורגער רבי.

ער האט אנגעפירט מיט זיין בית המדרש קהל קדושת מרדכי און הויף אויף דער בר אילן גאס אין ירושלים.

משפחה

  • זיין ברודער רבי אברהם שלמה, לעלובער רבי (נפטר געווארן ט"ז שבט ה'תש"ס)
  • זיין ברודער רבי שמעון נתן נטע, לעלובער רבי (נפטר געווארן י' תשרי ה'תש"ע)
  • זיין ברודער רבי דוד צבי ישראל
  • זיין ברודער רבי אלטער אלעזר מנחם, לעלובער רבי (נפטר געווארן י"ד טבת ה'תשס"א)
  • זיין ברודער רבי פינחס יצחק, לעלוב-ניקלשבורגער רבי
  • זיין ברודער רבי שמואל שמעלקא
  • זיין שוועסטער מרת שרה חנה בלומא (תרפ"ד - כ"ד אב תשע"ח), ווייב פון ר' שמואל עוזר קאפ
  • זיין שוועסטער מרת רבקה, ווייב פון ר' חיים אליעזר האראנטשיק
  • זיין שוועסטער מרת נחמה רוחמה, ווייב פון רבי שמואל צבי ראזנפעלד, לעלוב-קארלינער רבי אין בני ברק (ער איז נפטר געווארן ט"ו תשרי ה'תש"ע)

רעפערענצן

א באריכט אויף בחצרות הקודש

JDN באריכטעט איבער דער פטירה

בחדרי חרדים שרייבט