דרעפט:רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים
רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים (געבוירן חשון ה'תשמ"ב) איז דער קרעטשניף כפר אתא רבי, וועלכער וואוינט אין ירושלים.
ביאגראפיע
רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים איז געבוירן געוואָרן אין חשון תשמ"ב (1981) אין ניו יארק, אלס דריטער זון פון רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים, דער קרעטשניף סיגעטער רבי, און זײן ווייב הרבנית פרומט, טאכטער פון רבי יחזקאל מערץ.
בײ זײן ברית האָט מען אים גערופן "ניסן חיים מרדכי"; ניסן נאך זיין זיידן רבי ניסן חיים ראזנבוים פון בראדשין און חיים מרדכי נאך זיין זיידן רבי חיים מרדכי ראזנבוים, בעל דבר חיים מנאדבורנא.
אין יאָר תשמ"ד (1983–1984), ווען ער איז געווען צוויי יאָר אַלט, האָט זײן משפּחה זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און זיך באַזעצט אין ירושלים. ער איז דאן אריין לערנען אין סאטמארער תלמוד תורה.
אין זיינע יונגע יארן האט ער אנגעקניפט א שטארקן קשר מיט זיין זיידן רבי הערשעלע קרעטשניפער, וועלכער האט אים גאר שטארק ליב געהאט. נאך פאר זיין בר מצוה האט ער געהאט א חברותא'שאפט מיט אים און געלערנט יעדן פארטאגס.
פאר א תקופה פון זעקס יאר האט ער געוואוינט מיט זיין זיידן און אים באדינט. דער זיידע האט אים געהייסן זיך אומקוקן צו דער עבודה פון ליינען קוויטלעך.
ביי די 12 יאר האט ער אפגעשריבן תורות פון זיין זיידן רבי הערשעלע און עס ארויסגעגעבן אלס א חיבור מיט'ן נאמען "בצל האמונה".
אין כ"ח סיון ה'תשנ"ח, אין עלטער פון 15 יאָר, האָט ער פאַרלוירן זײן מאַמע וועלכע איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 46 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט פאר א וויילע מיט דער ביטערער מחלה.
אלס בחור האט ער פאר א קורצער צייט געלערנט אין ישיבת תורת חסד אין לאנדאן, אזוי אויך ביי רבי מרדכי בעק אין מאנסי.
אלס בחור איז ער נתקרב געווארן צו דער ברסלבער חסידות.
דער רבי האט בזיווג ראשון חתונה געהאט קיין מאנסי, וואו ער האט געוואוינט פאר אכט יאר.
אין יאר תשס"ט האט ער זיך געצויגן קיין אומאן, אוקראינע, און דארט געוואוינט פאר פיר יאר, ביז ער איז צוריק ארויף קיין ארץ ישראל און חתונה געהאט בזיווג שני און אויפגעשטעלט זיין שטוב.
ירושלימ'ער לבוש
דער רבי גייט אנגעטון מיט'ן ירושלימ'ער לבוש טראצדעם וואס זיינע עלטערן זענען נישט געגאנגען דערמיט. ווי ער דערציילט איז ער אמאל געווען אין אומאן און איינער האט ליידער גערעדט דברי כפירה. "איך האב דאן געריסן קריעה, און געבליבן אן א בעקיטשע. דער איד האט דאן חרטה געהאט און מיר געברענגט א פשוט'ן ירושלימ'ער קאפטן." זינט דאן איז ער פארבליבן מיט'ן ירושלימ'ער קאפטן.[1]
אדמו"רות
נאָך דער פּטירה פון זײן טאטן, דער קרעטשניף סיגעטער רבי, איז ער אויפגענומען געוואָרן אלס אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא, אויפ'ן נאמען פון דער שטאט וואו זיין זיידע רבי הערשעלע קרעטשניפער האט געדינט פאר א תקופה.
זײן דרך איז אייגנארטיג. עס ווערט באצייכנט ווי א שילוב פון קרעטשניפער חסידות מיט ברסלב'ער עבודת השם.
אין זײן הנהגה האָט ער זיך אויסגעצייכנט מיט אַן עמאָציאָנעלע און אינטענסיווע עבודת השם, וואס ציט צו זיך פילע חסידים און מבקשי דרך, ספּעציעל צווישן יונגע מענטשן וואָס זוכן חיזוק.
רעפערענצן
דרויסנדע לינקס
א פראפיל אויפ'ן רבי'ן אין כיכר השבת
א באריכט פונעם ערשטן שבת