רבי שבתי משורר באס
רבי שבתי משורר בַּס איז געווען א מוכר ספרים, דרוקער און מוציא לאור, אין די ת' יארן. ער איז בארימט מיט זיין פירוש שפתי חכמים אויף רש"י על התורה, און מיט זיין ביבליאגראפישער ווערק שפתי ישנים.
ביאגראפיע
ר' שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט קאליש אין פוילן, צו זיין טאטן רבי יוסף. ר' יוסף האט געהאט נאך א זון, א בארימטער גאון און מקובל, רבי יעקב שטרימר.
ביי דער שוועדישער אינוואזיע אין פוילן אין די יארן תט"ו-?, איז די אידישע קהילה אין קאליש כמעט אינגאנצן אומגעקומען על קידוש ה', צווישן זיי האבן זיך געציילט ר' שבתי'ס עלטערן וואס זענען אומגעקומען אין ד' חשוון תי"ז[1].
ר' שבתי איז געבליבן א יתום, און האט געוואנדערט קיין פראג. דארט האט ער געלערנט ביי רבי מאיר שטערן וורטירש, וואס האט פארגעלערנט אין אלטן שול[2].
דארט אין פראג האט ער געדינט אלס משורר ביים פראגער חזן רבי לייב שיר השירים, אינעם אלטניי שול. דערפאר האט ער באקומען דעם צונאמען "משורר בס".
אין פראג האט ער זיך אנגעהויבן באשעפטיגן מיט ספרים. אין יאר תכ"ט האט ער ארויסגעגעבן א נייער אויפלאגע פונעם ספר באר משה, פון רבי משה שערטילש, וואס פארטייטשט די שווערע ווערטער פון חומש אויף אידיש[3]. רבי שבתי האט צוגעלייגט א קורצער הקדמה אין לשה"ק און אין אידיש, און האט צוגעלייגט עטליכע זייטן פון כללי הדקדוק אין קורצן[4].
אין יאר ת"ל איז צו ר' שבתי געבוירן זיין זון יוסף.
שפעטער האט ער זיך ארויסגעלאזט וואנדערן צווישן שטעט אין לענדער, צווישן אנדערע איז ער אריבער גלוגא, קאליש, קראטאשין, ליסא, וויען, פויזן, ווירמייזע. ביז ער האט זיך ענדליך אפגעשטעלט אין אמסטערדאם, האלאנד[5].
אין אמסטערדאם אין יאר ת"מ האט רבי שבתי געדרוקט זיינע דריי חיבורים, שפתי חכמים אויף רש"י (זע ווייטער), שפתי ישנים - א אידישער ביבליאגראפיע (זע ווייטער). און מסכת דרך ארץ - א קליין ספר'ל אויף אידיש, וואס איז געאייגנט פאר וואנדערער. איינגעטיילט אין דריי חלקים: דרך צדיקים - תפילות און סגולות פאר די וועגן; דרך התגרים - די ווערד פון די פארשידענע וואלוטעס (און מאָסן) פון אייראפע, געאייגנט פאר הענדלער; און דרך המלך - א וועג-ווייזער וואס צייגט די ווייטקייט צווישן די שטעט און לענדער איבער אייראפע, און צייכנט אן וועלכע שטעט און דערפער מען גייט פארביי, און וועלכע עס פארמאגט א אידישע קהילה. צו לעצט שטעלט ער א לוח פאר זעכציג יאר[6].
פינף יאר האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם[7].
שפתי חכמים
אין יאר ת"מ איז אין אמסטערדאם געדרוקט געווארן א חומש, אין דרוק פון רבי אורי פייוויש הלוי. דער חומש און תרגום איז מוגה געווארן דורך ר' שלמה די אוליוירה, פון די ספרדישע רבנים אין אמסטערדאם, א מומחה אין דקדוק. ר' שבתי האט מגיה געווען די רש"י און צוגעלייגט מראה מקומות און בעיקר - צוזאמגעשטעלט דעם פירוש אויף רש"י שפתי חכמים.
שפתי חכמים איז בעיקר א העתק פון ספר מנחת יהודה פון רבי יהודה לייב איילנבורג אב"ד בריסק. דער מנחת יהודה איז בעיקר געבויט אויפן מזרחי, חוץ געוויסע ציטאטן פון זיין רבי'ן רבי בצלאל, און פונעם מהרש"ל, און נאך.
רבי שבתי האט איבערגעשריבן דעם מנחת יהודה, איבערגעארבעט דעם לשון און ארויסגענומען די שקלא וטריא, און צוגעלייגט הסבר, געווענליך אין קלאמערן. ער האט אויך צוגעלייגט אויסצוגן פון קיצור מזרחי (ריווא די טרינטו), וואס איז ווארשיינליך פון רבי יוסף אוטולינגו. און פון מאל צו מאל פון נאך ספרים, דבק טוב, קניזל, וכו'.
דער שפתי חכמים איז שנעל געווארן פאפולער, און צוביסלעך זיך איינגעגעבן אין אלע חומשים. כהיום איז כמעט נישט פארהאן א חומש וואס פארמאגט נישט שפתי חכמים אדער עיקר שפתי חכמים.
אין יאר תרל"ה איז אין ווילנא געדרוקט געווארן א חומש מיט עיקר שפתי חכמים, אנגעבליך א קיצור פון ש"ח. ווארשיינליך פארפאסט געווארן דורך די מגיהים אין ווילנער דרוק. עס איז געווארן זייער פאפולער ביזן היינטיגן טאג. עס זענען דא שטארקע קריטיק אויף דעם קיצור, בעיקר אויף דעם וואס צומאל לייגט ער צו וואס עס שטייט נישט אין ש"ח, אדער גאר שרייבט פארקערט פון וואס דער ש"ח זאגט.
קריטיק
עס זענען געווען אסאך קריטיקירער אויפן שפתי חכמים, לגבי געוויסע פשטים וואס זענען נישט ריכטיג אדער קעגן הלכה, און בעיקר אז ער ברענגט נישט ריכטיג די ווערטער פונעם מזרחי און אנדערע מפרשים. אבער רוב פון די טענות וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם מנחת יהודה, פון וועם רוב פונעם ספר קומט.
דער מישקאלצער רב אין יגל יעקב[8] שרייבט שארף קעגן געוויסע פשטים אין ש"ח וואס שטימען נישט מיט הלכה, און ענדיגט צו "מצוה לפרסם בשער בת רבים אשר בשפתי חכמים מצויים דברים בדוים כאלה הרבה... וכן שמעתי עוד בילדותי שנמצאים בדבריו טעותים לרוב".
די מערסטע קריטיק איז דער ש"ח אויסגעשטאנען פונעם פירוש לקט בהיר אויף רש"י, פון ר' ישעיה ווייס. ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו ערקלערן רש"י'ס ווערטער קלאר און גרינטליך לוט די מקורות און לויט די מפרשים, און געהאלטן אז דער ש"ח קומט דאס נישט נאך. אין לקט בהיר פון ערשטן אויפלאגע תש"מ, איז פארהאן אסאך שארפע קריטיק אויפן שפתי חכמים. נאך א טראגעדיע אין זיין משפחה האט ר' ישעיה דאס אנגענומען אלס סימן אז ער האט נישט געדארפט אזוי אראפרייסן דעם שפתי חכמים[9], און ער האט געלאזט צוואה צו צענזורירן די ווערטער פון זיין ספר און ווייכער מאכן די שארפע ווערטער. רבי געציל בערקאוויטש איז איבערגעגאנגען און צענזורירט דעם ספר, און אזוי זענען די היינטיגע פארשפרייטע אויפלאגעס.
דרויסנדיגע לינקס
- מנחם מענדל זלאטקין, ראשית בכורי הביבליוגרפיה בספרות העברית, הספר שפתי ישנים מר' שבתי משורר בס, אין אוצר החכמה
- יצחק רפאל, ר' שבתי באס - הביבליוגראף העברי הראשון, אין ספר ראשונים ואחרונים, אין אוצר החכמה
- אברהם מאיר האבערמאן, ר' שבתי באס (הביבליוגרף העברי הראשון), אין ספר אנשי ספר ואנשי מעשה, אין אוצר החכמה
- על הספר שפתי חכמים ומחברו, אשכול אין אייוועלט
- על הספר לקט בהיר ומחברו, אשכול אין אייוועלט
- הספר עיקר שפתי חכמים ומחברו, אשכול אין אוצר החכמה פארום
- שפתי חכמים, אשכול אין אוצר החכמה פארום
- מי הוא בעל העיקר שפתי חכמים, אשכול אין אוצר החכמה פארום
- האם ה'היכל הברכה' התנגד לרבי שבתאי משורר?, אשכול אין אוצר החכמה פארום
- ↑ רפאל עמ' 175
- ↑ רפאל עמ' 176
- ↑ דער ספר איז דאן געווען זייער פאפולער צווישן מלמדים, און געוויסע קהילות האבן פארלאנגט אז די מלמדים זאלן זיך באנוצן בלויז מיט דעם.
- ↑ רפאל עמ' 177, לויט מקורות לתולדות החינוך בישראל, ש' אסף
- ↑ רפאל עמ' 179
- ↑ מסכת דרך ארץ, אין אוצר החכמה
- ↑ רפאל 193 הע' 1, בשם בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט
- ↑ יגל יעקב, סימן מ"ה אות ד, אין היברובוקס
- ↑ זע אין אייוועלט דא און דא