יאיר וויינשטאק
געבורט |
יולי 30, 1959 (יארגאנג: 65) כ"ב אייר ה'תשי"ט |
---|---|
מדינה | ארץ ישראל |
שם עט | מ. ארבל |
עיסוק | שרייבער, זשורנאליסט, רעדאקטאר |
שפות היצירה | העברעאיש און אידיש |
סוגה | דראמא, חרדישע ספרים |
יצירות בולטות | א צוואה אויף הונדערט יאר, א אויסגערעכענטע טראגעדיע |
יאיר וויינשטאק (געבוירן כ"ב אייר תשי"ט, 30 יולי 1959) איז א חרדישער זשורנאליסט, רעדאקטאר און מחבר, וועלכער שרייבט שפאנענדע ביכער און אידישע ערציילונג ביכער פארן חרדישן סעקטאר, אויף העברעאיש און אידיש. די דראמאטישע ביכער אין העברעאיש שרייבט ער אונטערן פען נאמען מ. ארבל.
ביאגראפיע
יאיר איז געבוירן אין ירושלים צו אן אלטע לעלובער משפחה, שטאמענדיג פון די לעלובער רבי'ס דורך זיין פאטער, רבי שלמה מנחם וויינשטאק, וועלכער איז געווען אן אייניקל פון רבי דוד צבי בידערמאן פון לעלוב. יאיר'ס מוטער איז געווען דער דיכטערין שפרה וויינשטאק אשכול. עטליכע פון זיין טאטן'ס ברידער האבן פארפאסט תורה'דיגע ספרים, א טייל אויף קבלה. זיין פעטער רבי משה יאיר וויינשטאק האט געשריבן איבער אכציג ספרים. זיין קאזין איז געווען דער שרייבער און זשורנאליסט ישראל שפיגל.
אין די תש"מ יארן האט ער איבערגעארבעט פאר די יוגנט אגדות חז"ל פון מסכת ברכות און שבת[1].
אין די תש"נ יארן האט ער אנגעהויבן צו ארויסגעבן שפאנענדע ביכער אונטערן פען נאמען מ. ארבל, זיך צוריקהאלטנדיג פון ארויסקומען מיט זיין אמת'ער נאמען. אין תשנ"ו איז ארויסגעקומען זיין ערשטע בוך, "קשר גורדי" אן ערציילונג וועלכע איז קודם ערשינען אין פארזעצונגען אין צייטונג השבוע פון משפחה. די ערציילונג באציט זיך צו א יונגערמאן א מלחמה איבערלעבער אין די תקופה ווען מדינת ישראל האט זיך געגרינדעט, וואס פארמעסט זיך מיט א שרעק פון א מאן וואס האט אים שוין פיינט פון די יוגנט וואס סטראשעט אים צו אויפדעקן אז ער האט געהאלפן די נאציס אין די מלחמה, די בוך באציט זיך צו א אויסגעשפרייטע תקופה פון צענדליגער יארן, אנגעהויבן פון לובלין נאך פאר די מלחמה, דוכאויס פארניכטיגונגס לאגערן ביז סוף פון די צוואנציגסטער יאר הונדערט.
אין 1997 האט ער ארויסגעגעבן זיין בוך "בלתי הפיך", וואס פארציילט וועגן די פרואוו פון די שב"כ צו אומווארפן די ארטאדאקסישע קהילות אין ארץ ישראל.
יאיר האט אויך ארויסגעגעבן די בוך "עין בעין" וואס פארציילט וועגן א צאל אינדיאנער און וועגן א פרואוו צו אנזייען א קריג צווישן אידישקייט און איסלאם. זיינע בוכער "סיכון מחושב" (1999), "נאמנות כפולה" און "זמן שאול", זענען געלאפן אין די וועכענטליכע אויסגאבע משפחה אלס א פארזעצונג."שם נרדף" איז ארויגעקומען אן קיין פארזעצונג.
אין 2010 האט יאיר ארויסגעגעבן זיין בוך "הצתה מאוחרת". וואס דאס איז אויך געלאפן אין די משפה אויסגאבע, וואס רעדט זיך וועגן א געיעג צי טרעפן דאס ארון הברית און וועגן די הערשונג פון די וואקאף אויפן הר הבית און פון סוף זמן בית שני. אין 2015 איז ארויסגעקומען יום ושש שעות" וואס איז געלאפן אין די מאגאזין "זמן", א דראמא וואס שפילט זיך אויס אין א פראגע פון צייט.
פון יולי 2013 ביז אוגוסט 2017 האט ער געדינט אלס די רעדאקטאר פון די מאגאזין 'זמן'. אנגעהויבן אלול תשע"ח האט ער אנגעהויבן ארויסצוגעבן א חודש'ליכער אויסגאבע מיטן נאמע 'כדור'.
היינט שרייבט ער א קאלום אין די אויסגאבע 'קהילה'.
אין צוגאב צו די דראמאטישע ביכער האט ער אויך געשריבן אסאך סיפורי צדיקים, וואס זענען צונויפגעזאמלט אין די סעריע 'סיפור לשבת' (9 בענדער)[2], און אויך קורצע ערציילונגען פונעם לעבן אונטערן נאמען 'סיפור לחג' (4 בענדער)[3]. אויך האט ער געשריבן א רייע ביאגראפיעס איבער רבנים און רבי'ס אריינגערעכנט די חת"ם סופר די לעלובער רבי'ס רי משה מרדכי בידערמאן און זיין זון רבי שמעון נתן נטע, רבי אשר פריינד, און רבי חיים משה מענדל.
אסאך פון זיינע בוכער זענען איבערגעזעצט אויף א צאל שפראכן ווי אידיש ענגליש און פראנצויזיש.
זיין משפחה
ער איז פארהייראט צו זהבה (קליערס), אייניקל פון רבי אשר פריינד ער וואוינט און שכונת מעלה דפנה אין ירושלים ער האט 6 קינדער זיין עלסטער זון אברהם מרדכי וויינשטאק איז פון די רעדאקטארס פון די וועכענטליכער אויסגעבע 'בקהילה'.
זיינע בוכער
- סיפור לשבת
- סיפור לחג
- סיפור מבית אבא
- עשר דקות של לימוד
- איש האלוקים
- סיפור לישיעה
- משה עבד ה'
- הראה לעיניו
- שלשלת הזהב
- טובה ראייתו
- הרבי הקדוש מלעלוב
- ר' אשא מפי תלמידיו
אונטערן פען נאמען מ. ארבל
- קשר גרודי (אין אידיש "א צוואה אויף הונדערט יאר")
- בלתי הפיך
- שם נרדף
- עין בעין
- סיכון מחשב
- נאמנת כפולה
- זמן שאול
- הצתה מאוחרת (אין אידיש "די פארשפעטיגטע רעאקציע")
- סוללה חלשה -א הומאריסטישע בוך וואסס איז געלאפן אין די 'זמן' אונטער פען נעמעו ווי יהודה ב. שמש און נאך
- אחים בדם
- יום ושש שעות (תשע"ח)-געלאפן אונעם 'זמן'.
- השעיר השלישי (תש"פ)-דער אינגסטער זון פון די רבי פון אוסטיניץ, הייבט אן פירן די יונגע קהילה פון חסידים נאכדעם וואס זיין טאטע הפארעלטערט זיך, וואס פארמישט אים מיט א געפערליכע פאסירונג ארום הר הבית וואס קען אינטערצינדן גאנץ מדינת ישראל. געלאפן אין די ' קהילה'
- בין שברי עלמות (תשפ"א)-דאָס בוך לויפט פון אייראפע צוויי הונדערט יאר צוריק, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ביז היינטיגן טאג דורכאויס דעם בוך, ווערן די קינדער פון שמשון אייזנגוט אַרויסגעוויזן צו די טאגבוך פון זייער טאטן און זייער זיידן. יצחק אייזן, וועלכע האבן זיך פארמאסטן מיט א פיינט, וואס איז נאכגעלאפן זייער משפּחה במשך דורות.
- מטרות רווח
דרויסנדיגע לינקס
"יאיר וויינשטאק!!!", אשכול אויף אייוועלט
- יאיר וינשטוק (1959-), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- יאיר וינשטוק אין לקסיקון הספרות העברית החדשה
- הצצה לחדר של מ' ארבל ● וידאו אין ככר השבת, י"ח סיון תשס"ט
- ↑ אגדות חז"ל מעובדות לנוער אויף אוצר החכמה
- ↑ סיפור לשבת אויף אוצר החכמה
- ↑ סיפור לחג אויף אוצר החכמה