רוי:רבי

פון המכלול
ווערסיע פון 07:33, 6 אויגוסט 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} {{דעסקריפציע|טיטל פאר תלמיד חכם, אדער ערליכער איד}} {{אנדערע באדייט|דאס=דער טיטל אין אלגעמיין|אנדער=חסיד'ישע רביים|זעט=אדמו"ר}} '''רבי''' באדייט איינער וואס לערנט אויס זיינע תלמידים, און איז א כבוד-טיטל פאר א תלמיד חכם וואס האט באקומען סמיכת זקנים|ס...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי באדייט איינער וואס לערנט אויס זיינע תלמידים, און איז א כבוד-טיטל פאר א תלמיד חכם וואס האט באקומען סמיכה צו פסק'ענען, אין די צייט פון די תנאים און אויך אין די צייט פון די אמוראים אין ארץ ישראל. אין בבל, וואו ס'איז נישט געווען קיין סמיכה, האט מען די אמוראים גערופן מיט'ן טיטל "רב". רב זירא, וואס איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל און באקומען סמיכה דארט, האט מען פון דעמאלט אן גערופן רבי זירא[1].

רבי יהודה הנשיא, דער מחבר פון די משנה, האט מען גערופן סתם "רבי", אן צו דערמאנען זיין פולן נאמען. די נשיאי ישראל וועלכע האבן געשטאמט פון הלל הזקן, אין די צייט פון צווייטן בית המקדש, האט מען געגעבן דעם טיטל "רבן": רבן גמליאל, רבן שמעון בן גמליאל. רבן יוחנן בן זכאי איז געווען דער איינציגער וואס האט זוכה געווען צום טיטל "רבן" כאטש ער איז נישט געווען פון די משפחה פון די נשיאים. די חכמים האבן געזאגט[2]: "גרעסער פון רב איז רבי, און גרעסער פון רבי איז רבן, און גרעסער פון רבן איז זיין נאמען" [ווי למשל הלל און שמאי].

אנגעהויבן פון די צייט פון די "ראשונים" איז אנגענומען געווארן צו רופן יעדן תלמיד-חכם מיט'ן טיטל "רבי". אין די לעצטע דורות האט דער טיטל "רבי" פארלוירן פון זיין וויכטיגקייט, ווען אין אסאך ערטער האט מען אנגעהויבן עס צו ניצן בלויז אלס א כבוד-טיטל אדער אפילו א צייכן פאר יעדן איד וואס היט תורה און מצוות, אפילו אויב ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין סמיכה פאר רבנות. צוליב דעם האט מען אנגעהויבן צוצולייגן פארשידענע טיטלען פאר תלמידי-חכמים, ווי למשל: "מורנו ורבנו", "הרב הגאון".

זעט אויך

רעפערענצן

  1. רש"י, כתובות מג, ב
  2. געברענגט אין ערוך, ערך אביי