רוי:אמעריקאנער פוטבאל

פון המכלול
ווערסיע פון 09:37, 4 אויגוסט 2024 דורך יוסי ווייס (שמועס | ביישטייערונגען) (איבערגעארבעט, צוגעלייגט שטיקלעך,)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אמעריקאנישער פוסבאל

אַמעריקאַנער פוסבאל (אין די פאראייניגטע שטאטן רופט מען אים בלויז "פוסבאל') וועלכע נעמט זיך פון ראגבי פוטבאל. איז דער מערסט פאפולערע שפיל אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער שוואך אויפגעכאפט אין סיי וועלכע אנדערע לאנד, דער סופערבאול, וועלכע איז א יערליכע פוטבאל שפיל, ווי מען וועלט אויס דער בעסטער גרופע פון איבער די גאנצע לאנד, איז פון די מערסטע מיטגעהאלטענע שפילן אויפן וועלט, אנצוענדיג אזויפיל ווי 120+ צוקוקער אין 2024 למס'.

וויאזוי ארבעט דער שפיל

פוטבאל איז א שפיל צווישן צוויי קעגנזייטיגע גרופעס, מיט עלף שפילערס אויף ביידע זייטן, וואס יעדע פון זיי פרובירט אנצוציען מער פונקטן פונעם צווייטן, און דער גרופע וואס האלט העכער נאך א שעה פון שפילן איז דער געווינער, א גרופע קען באקומען פונקטן דורך איינס פון די פאלגנדע וועגן:

  • טאטשדאון - אויב א שפילער אויפן גרופע באווייזט אנצוקומען צום צווייטן זייט פונעם פעלד (דהיינו, דער גרופע הייבט אן דער שפיל אויפן רעכטן זייט פעלד, און א שפילער דערגרייכט דער לינקע זייט) טראגנדיג מיט זיך דער פוטבאל, באקומט זיין גרופע זעקס פונקטן.
  • פיעלד גאול - ביי ביידע זייטן פונעם פעלד, איז פארהאן צוויי געלע שטאנגען, אפגערוקט צען יארדס איינס פונעם צווייטן, דורכן אדורכשטויסן דער פוטבאל צווישן די שטאנגען באקומט א גרופע דריי פונקטן.
  • נאכן טאטשדאון- נאכדעם וואס א גרופע דערגרייכט א טאטשדאון, קענען זיי פארדינען נאך איין פונקט דורכן אריינשטויסן דעם באל צווישן די שטאנגען, אדער נאך צוויי פונקטן דורכן אריינבאקומען דער באל אינעם עק פעלד דורך דער ערד, (צו פארשטיין בעסער דעם חלק זעה ווייטער אין דער געבוי פונעם שפיל).

בשעת איין גרופע פרובירט צו לויפן מיטן באל און דערגרייכן דעם עק פונעם פעלד, דארף דער קעגנזייטיגן גרופע פרובירן זיי אפצושטעלן, זיי קענען צווישן אנדערע, פיזיש אפשטעלן א קעגנער וועלכע טראגט מיט זיך דעם באל און אים אפהאלטן פון זיך רוקן פאראויס, זעה ווייטער.

רוקן און אפשטעלן דעם באל

דער פוטבאל פעלד (נישט אריינגערעכנט די "עקן" {endzone בלע''ז} ביי ביידע זייטן צו ווי ביידע גרופעס פרובירן צו דערגרייכן) איז הונדרעט יארדס (360 פוס) לאנג, און געוואנדן פון ווי אויפן פעלד א גרופע ערהאלט דעם באל (ווי אויסגעשמועסט ווייטער), וועלן זיי פון דארטן פרובירן צו זיך רוקן וואס נענטער צום אנדערן עק פעלד, מיטן ציל צו דערגרייכן א טאטשדאון אדער כאטשיג א פיעלד גאול,


עס איז זייער פיזיקאליש דער מין ספארט, מען הארגעט זיך מיט די הענט און פיס זיך אראפווארפן איינער דעם אנדערן, כדי צו ארויסכאפן דער באל, אדער דאס פשוט פארלענגערן און נישט לאזן פראגרעסירן אין שונא'ס לאגער.

יעדער טיעם האט צוויי גרופעס פון 11 שפילערס וואס שפילן, די אפענסיע שפילער און די דעפענסיע שפילער.

דאס שפיל דויערט 60 מינוט, צעטיילט אויף פיר מאל 15 מינוט.

טערמינען

  • ען.עף.על. - דאס איז ראשי תיבות א'מעריקען פ'טובאל ל'יגע, עס זענען פארהאן 32 פראפעסיאנאלע פוסבאל טיעם'ס דורכאויס אמעריקע אין די ען.עף.על. אבער אין אלע גרויסע קאלעדזשעס און הייסקולס איז דא אזאלכע גרופעס. די וויכטיגע גרופעס זענען יעצט: זשעטס 2) זשייענטס, קווארטערבעק, איליי מענינג. 3) קאבּויס 4) פעיטריאטס, העד קאוטש, בעלעטשעק. קווארטערבעק: טאם ברעידי. 5) קולטס, העד קאוטש, דאנזשי. קווארטערבעק, פעיטן מענינג.
  • קווארטערבעק - דער אנפירער פון די אפענסיע וואס ווארפט און קאנטראלירט די לויפערס אדער כאפערס צו אנקומען מיט באל אין שטח.
  • אינקאמפליט - אז דער באל איז נישט געכאפט געווארן דאן גייט דאס צוריק צום פונקט פון ווי מען האט דאס אנגעהויבן צו שטופן.
  • אוט אפ באונדס - אז דער באל אדער דער לויפער דערמיט האט זיך ארויסגעריקט פון די זייטן פונעם סטאדיום.
  • טאטשדאון - אז מען האט געכאפט צו דורך לויפענדיג דערמיט צו דורך ווארפן פאר איינע פון די אייגענע טיעם וואס איז דארטן געשטאנען, ביים אנדערן עק פונעם שונא, דעם באל, דאן האט מען געווינען 7 פוינטס.
  • סעקינג - אז מען האט ארפאגעווארפן דעם קווארטערבעק און דער באל איז ארויסגעפאלן פון זיינע הענט אויף דער ערד.נאך פאר ער האט אנגעיאגט דאס צו געבן, ווארפן אדער אליין'ס לויפן דערמיט.
  • פלעג - אז איין טיעם אדער די אמפייערס אליין'ס ווילן שטראפן איינע פון די טיעם'ס אדער צוריקרופען א אקט.
  • פאנט - מיינט אז טאמער דער באל איז ארויסגעפאלן פונעם לויפער קען ער עס געבן א שטויס אריבער די צען יארד ליין. געווענליך טוען דאס די אפענסיווער טיעם ווען זיי האלטן שוין ביי די דריטע פראבע און זיי זעהן אז די פערדער פראבע אריבערצוגיין די 10 יארד ליין וועט אויך נישט מעגליך זיין, דאן פאנטן זיי עס אהין.
  • אינטערסעפשען - אז מען האט אוועקגעכאפט פונעם שונא דעם באל ווען יענעם'ס קווארטערבעק האט דאס געווארפן, און דער אפענסיווער טיעם ווערט יעצט דער דעפנסיווער טיעם זיך צו פארטיידיגן און קענען נישט אנצוען קיין פוינטס. און דער וואס האט געכאפט דעם באל ווערט יעצט דער אפענסיווער טיעם און ער פרובירט אנצוהאלטן דעם באל און צוריקלויפן צום אנדערן ענד זאנע.
  • פאמבל - אז דער אפענסיווער טיעם האט פשוט ארויסגעלאזט דעם באל אינמיטן זיך שלאגן און לויפן און דער שונא כאפט דאס. דאן טוישט זיך אויך דער מצב און דער אנדערער טיעם ווערט די אפענסיווער.
  • אמפייער - די שופטים וואס פירן די שפיל, זיי האבן פייפלעך און זענען געקליידעט שווארץ אויף ווייס און דרייען זיך אינעווייניג, צו באכטען און געבן שטראפן פאר ווער עס שפילט נישט לויט די געזעצן זיי ארויפצוריקן יארדס וואס מאכט זיי שווערער אנציציען פוינטס.
  • טיים אוט - אז איין טיעם בעט א אפריאונג.
  • פיעלד גאול - איז נאך 3 פונקטן בנוסף צום טאטשדאון וואס אויב מען ווארפט ארויף צום הימל דעם באל און עס פאלט אריבער א שטח פון 2 אייזערנע שטאנגן, זעה בילד, דאן האט מען נאך 3 פוינטס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!