רוי:מאנהעטן

פון המכלול
ווערסיע פון 10:30, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


די 5 באראס פון ניו יארק - מאנהעטן איז אנגעצייכנט אין רויט.

מאנהעטן איז איינע פון די באראס אין ניו יארק. עס ווערט אויך אנגערופן לאקאל "די שטאט". מאנהעטען איז אויסגעשטעלט ווי א שמאלער, לאנגער אינזל, און ליגט צווישן קווינס און ניו דזשערסי לענגאויס, מיט ברוקלין פון אונטען און בראנקס פון אויבן.

וואס איז מאנהעטן

מאנהעטן איז דער הויפט שטאט פון די ביזנעס און פינאנץ וועלט, און איז א חשובע וועלט צענטער פון קונסט-ווערק, טעאטער שפילען, בוך פובליקאציע, און קליידער מאדעס.

מאנהעטן איז דאס הארץ און דער צענטער פון דער גאנצער וועלט, גאנץ מאנהעטן האט מען אפגעקופט פאר זעקס און צוואנציג דאלער, אבער היינט צו טאג ווערט יעדער קוואדראט מעטער פארקויפט פאר א הויכן איבערגעריסענעם פרייז. ווען מען דערנענטער זיך צו ניו יארק פונדערווייטענס, סיי דורך א קאר, סיי דורך א שיף, אבער דורך די לופט, און מען קוקט אויף מאנהעטן בלייבט מען אטעם'לאז, עס באווייזט זיך פארן קוקער פיל מעכטיגע וואלקן קראצערס, ריזיגע בריקן, לאנגע טונעלן, לאנגע גאסן און הונדערטער פארט בריקן. אויך טונעלן וואס גיין אריבער אונטער די ערד וואס עס געפינט זיך אין זיי שאסייען און באן שינעס וואס דינען ווי א אונטערגרונד-באן באקאנט אלס די סאבוועי.

מאנהעטן איז פלאצירט אויף אויסגאס פון דעם גרויסן האדסן טייך, און זי געפינט זיך אין א לייכטן צוטריט אויפן וועג פון די באוואנסטע געביטן אין די פאראייניגטע שטאטן, אלס רעזולטאט האט זיך ענטוויקלט אין איהר איינע פון די הויפט האפענס וואס איר פאלטפארמעס, שיף בריקן, און מאגעזינען ציעהן זיך מיילן ווייט.

וואלקען קראצערס

אלס רעזולטאט פון די גרויסע געדרענג אין שטאט איז די שטאט געצוואנגען צו גיין אין דער הויך... זי האט אנגעהויבן צו בויען פיל שטאטקיגע געביידעס, ביז זיי זענען פארוואנדלט געווארן אין די העכסטע מאדרערנסטע בינינים אין דער וועלט און זענען באקאנט מיט זייער נאמן, וואלקען קראצער, די בוואוסטע בנינים זענען די עמפייער סטעיט בילדונג, מען בויעט היינט צוריק אויף די פרידעם טאור'ס, דער

ביזנעס און פינאנץ

אין אונטערשטן טייל פון מאנהעטן געפינט זיך די גרעסטע בערזע אויף דער וועלט, די ניו יארק סטאק עקסטעינדזש, וואס פארנעמט איר ארט אין די באוואוסטע וואל סטריט געגענט. ווי אויך זייער אסאך שיינע געשעפטן און אינטערסאנטע געביידעס וואס ציעט טוריסטן פון די גאנצע וועלט. אויך איז דארט די גרעסטע פעדעראל רעזערוו באנק, וואס האט די גרעסטע מאס גאלד שטיקער אוועקגעלייגט אויף איין פלאץ. אין מיטעלסטע טייל איז די יו. ען. געביידע.

קונסט

מאנהעטן פארמאגט עטליכע פון די חשובסטע מוזעאומס און אקאדעמיעס אויף דער וועלט פון רעפינירטע און פאפולערע קונסט-ווערק.

  • דער מעטראפאליטען מוזעאום פון קונסט - פארמאגט קונסט מאלעריי פון הונדערטער יארן. אויך האבן זיי א קליין חלק פון מאדערן אַרט.
  • מאָומאַ - מוזעום אָוו מאדערן אַרט. פארמאגט קונסט מאלעריי, בעיקר פון די לעצטע הונדערט יאר, וועלכע זענען געמאכט מיט נייערע השגות פון מעלעריי.
  • גוגענהיים מוזעאום - זאמלונגען פון מערסטנס מאדערן און היינט-צייטיגע קונסט-ווערק, לייגנדיג א דגש אויף מאלעריי און ארכיטעקטור.

טעאטער

מאנהעטן פארמאגט א וועלט בארימטע געגנט פון שוי שפילעריי, אין וועלכע מענטשן קומען טעגליך פון איבער דער גאנצער וועלט צו זען שפילן פון דראמא, טאנץ, און מוזיק. די חשובסטע שפילן ווערן געשפילט אויף בראדוויי, דאס איז דער געגנט ארום טיימס סקווער וואס גייט פון 42סטער גאס ביז 50סטער גאס צווישן 7טע און 8טע עוועניוס.

אויך זענען דא שפילן וואס רופן זיך אָף בראדוויי (off Broadway), וועלכע זענען געווענליך אויך פון גאר הויך קוואליטעט נאר א שטאפל נידריגער פון די אויף בראדוויי. די שפילן זענען געווענליך נישט ווייט פון דעם בראדוויי געגנט, אפט אין די 50סטע אדער הויך 30סטע גאסן.

אף אף בראדוויי זענען אפטמאל העכסט-אינטערעסאנטע און שטארק קונסטליכע שפילן וועלכע זענען געמאכט אויף א פיל קלענערן בודזשעט, און שפילן אין געגנטן ארום מאנהעטן, אפטמאל אין איסט אדער וועסט ווילעדש אדער אין גרענוויטש. די בילעטן זענען געווענליך פיל ביליגער.

אין דעם ערשטן העלפט פון דעם 20סטן יארהונדערט איז שוי שפילעריי געווען גאר פאפולער ביים המון עם, און פון דארט זענען ארויסגעקומען פיל פון די אמעריקאנער פאלקס ניגונים. דאס אויפקום פון פילם טעאטער, דערנאך קאלירטע פילמס, און דערנאך טעלעוויזיע, האט געברענגט אז שוי שפילעריי האט פארלוירן איר וויכטיגע ארט אין אמעריקאנע פאפ קולטור, פירנדיג דערצו אז די פרייזן פון שפילן זאלן זיך שטארק הייבן כדי די שפיל געזעלשאפטן זאלן קענען מרויח זיין. טראצדעם איז שוי שפילעריי נאך אלץ גאר א שטארקע פארוויילונגס מיטל פאר טויזנטער אין ניו יארק, און אינאיינעם מיט'ן וועסט ענד געגנט אין לאנדאן, איז דאס דער וועלט הויפטקווארטיר פאר שוי שפילעריי.

פובלישינג

מאנהעטען איז דער וועלט צענטער פון פאַרלאַגן. ס'זענען פארהאן הונדערטע פאַרלעגן. ביכער אין אלע שפראכן ווערן געדרוקט דורך עטליכע פאַרלאַג הייזער.

עטליכע פון די גרעסטע פאַרלאַג געזעלשאפטן זענען:

מאדע אינדוסטריע

די מאדע אינדוסטריע איז א גאר חשובע אין ניו יארק און איז נאר צווייט צום מאדע אינדוסטרי אין פאריז, פראנקרייך. מאדע צייגונגען (פעשען שויס) ווערן אויף געהאלטן אין מאנהעטן צו צייגן די נייסטע און אינטערעסאנטע מאדעס פון דעזיינערס איבער די גאנצע וועלט.

די פיפטע עוועניו צווישן 47'סטע און 59'סטע גאסן פארמאגט צענדליגע וועלט בארימטע געשעפטן פון קליידער פון די נייסטע מאדעס, און מענטשן קומען אהין פון די גאנצע וועלט אויף זיך איינצוקויפן פון די טייערסטע מלבושים. עטליכע פון די געשעפטן זענען: זאקס פיפטע עוועניו, בערגדארף גוטמאן, בלומינגדעילס, טיפעני (פאר די לעצטע מאדעס אין צירונגען. דער פיפטע עוועניו ווערט גערופן דער טייערסטע גאס אויף דער וועלט צוליב איר גאר הויכע ריל עסטעיט ווערט, און צוליב די גאר רייכע איינוואוינער וואס וואוינען דערנעבן אויף פארק עוועניו און נעבן סענטראל פארק.

א חשובע טייל פון דער מאדע אינדוסטרי איז דער קליידער דיסטריקט פון 36'סטע ביז 39'סטע סטריט, צווישן 6'טע און 8'טע עוועניוס. דער געגנט פארמאגט הונדערטער געשעפטן פון רויע סחורות און פערטיגע קליידער, אפט פאר גאנץ ביליגע פרייזן. טראדיציאנאל איז דער קליידער דיסטריקט געווען א שטארק אידישע, סיי פון אידישע בעל בית'ים פון קליידער געשעפטן און פארבריקן, און סיי פיל אידישע שניידערס. אויפ'ן 7'טע עוועניו איז דא אלץ אנדענק דערפאר א סקולפטור פון א איד מיט א קאפל איבערגעבויגן איבער א ניי מאשין.

גענגטן פון אויבן צפון ביז אראפ דרום.

מ'זעהט דאס גרינע באקסל פון אויבן דאס איז סענטראל פארק וואס טיילט אפ אפער איסט סייד פון אפער וועסט סייד, און די ים'ען פון איסט ריווער פון מזרח און די האדסן פון מערב רינגלען איר ארום.

מאנהעטן איז צוטיילט אין דיסטירקטס און געגנטער.

מאנהעטנ'ס היסטאריע

מאנהעטן האט זיך אנגעהויבן אלץ ניי אמסטערדאם, א קליין דערפל פון האלאנדישע באזעצער אינ'ם צפון שפיץ פונ'ם אינזל. עס איז דאן געווען א חלק פון ניי נעדערלאנד, אונטער'ן הערשאפט פון די האלאנדישע אימפעריע. די לעגענדע דערציילט אז דער אינזל איז אפגעקויפט געווארן פון די אינדיאנער פאר גלעזערנע שטיינדעלעך ווערט 24 דאלאר.

אין 1665-תכ"ה, אונטער'ן גאווערנאר פיטער סטייוועסאנט, איז דאס אינזל איבערגעגאנגען צו ענגלישע הערשאפט און גאווארן א טייל פון ניי ענגלאנד.

אידן אין מאנהעטן

אין די ערשטע תקופות זענען אידן נישט געווען ערלויבט צו וואוינען אין מאנהעטן. פיטער סטייוועסאנט, דער האלאנדישע גאווערנאר, האט געזארגט אז עס זאלן זיך נישט אריינמישן אין שטאט נישט-קריסטליכע השפעות, און פארבאטן אידן, לוטעראנען, קאטוילישע, און קוועיקער, פון זיך אריינציען וואוינען. זיינע אויבערהערער האבן שפעטער מבטל געווען זיינע שטרענגע תקנות, און אידן זענען ערלויבט געווארן אין קליינע צאלן.

אין די ערשטע פאר הונדערט יאר זענען רוב אידן געווען אפשטאמיגע פון די גולי ספרד. די ערשטע אידישע קהלה איז געווען דער ספרד'ישער בית הכנסת שארית ישראל וועלכע שטייט נאך היינט צו טאגס.

אין דעם לעצטן טייל פון דער 19'טער יאר-הונדערט און אנפאנג טייל פון 20'ער, האבן אידן פון מזרח אייראפע, איבערהויפט פון אוקריינא און ליטע, אימיגרירט קיין אמעריקע, געטריבן דורך שוידערליכע פאגראמען און א וואקסנדיגע אנטיסעמיטיזם.

די ארטיגע אידן אין ניו יארק און איבער אמעריקע, וועלכע האבן זיך ערוואנדן אן אריסטאקראטישן שטייגער און א חשוב'ן ארט אין אמעריקאנער געזעלשאפט, האבן אראפגעקוקט אויף די אייראפעאישע אידן אלץ אומציוויליזירטע און פאנאטישע. די אלט-געזעסענע אידן האבן דערפאר געמאכט א פלאן צו העלפן די אייראפעאישע אידן זיך ציען מער צו די נייע מערב חלקים פונ'ם לאנד, אזוי זיי צו געבן געלגנהייטן זיך אריינצוארבעטן אינעם ריין אמעריקאנער געזעלשאפט און אויך זיך צו פארמיידן די בושות פון די ניי-געקומענע ארימע אידישע שלעפערס.

די גרויסע צאלן אידישע אימיגראנטן האבן אבער געמאכט אזא פלאן אוממעגליך, און די אידן האבן זיך אריינגעצויגן אין די ארימע טענעמענטס פון די לאוער איסט סייד און ברוקלין, צווישן אנדערע ארימע אימיגראנטן פון איטאליע און אירלאנד. אידן האבן דאן אוועקגעשטעלט א ווירבלדיגן אידישן לעבנסשטייגער, און אידן און אידישקייט האבן אנגעהויבן זיך אנצוזעהן איבער גאנץ ניו יארק.

ביז נאכ'ן צווייטער וועלט קריג איז אידישקייט געווען צענטראליזירט אין לאוער איסט סייד. נאכ'ן קריג, מיט'ן אנקום פון טויזנטער חרד'ישע אידן וועלכע האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און בארא פארק, האט מאנהעטן פארלוירן איר סטאטוס אלץ צענטער פון אידישקייט אין אמעריקע.

היינט צו טאגס געפונען זיך נאך פילע טויזנטער אידן אין מאנהעטן. מערסטנס זענען זיי פון די מאדערן-ארטאדאקסישע אדער נישט-ארטאדאקסישע קרייזן.

הוראגאן סענדי

דעם 29סטן און 30סטן אקטאבער 2012, האט הוראגאן סענדי חרב געמאכט א ברייטן שטח פון אונטער מאנהאטן, מיט שטארקע פארפלייצונגען און הויכע ווינטן, אז א סך איינוואוינער זענען געבליבן און קראפט און בענזין און די טראנספארט סיסטעם האט אויפגעהערט צו ארבעטן. צוליב דעם שטורעם און זיין אימפאקט האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטע דיסקוסיע וועגן בויען ים ווענט און אנדערע באריערן ביים בארטן צו פארמיידן נאך אזא פארפלייצונג אין דער צוקונפט.

דרויסנדיגע לינקס

פאנאראמע פון לאוער מאנהעטען

אטראקציעס

דירעקציעס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!