רוי:ייט"ב
ייט"ב איז אַ ייִדישער ישוב אינעם טאָל פונעם ירדן, וועלכער געהערט אַדמינסטראַטיוו צום רעגיִאָנאַלן ראַט בקעת הירדן.
געשיכטע
ייט"ב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1970 אונטערן נאָמען נערן און געווען אַ מיליטערישער אויסזידלונג-פאָרפּאָסט (היאחזות נח"ל). אין 1977 איז ער געוואָרן אַ בירגערליכער ישוב. די ערשטע אויסזידלער-גרופּע האָט פאַרלאָזט דאָס אָרט און געגרינדעט דעם יעצטיקן קיבוץ נערן צום צפון-מזרח פון ייט"ב. אין אָנהייב 1990ער יאָרן האָבן דעם פאַרלאָזטן ישוב פאַרנומען נייע עולים פונעם געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד, וועלכע האָבן אָנגעהערט צו דער עדה פון די אידן-סובאָטניקעס. די מערהייט פון די תושבים פון ייט"ב זענען פרום. זיי פאַרנעמען זיך מיט לאַנדווירטשאַפט (די עיקרדיקע קולטורן זענען טייטלען און פעפערן). אַנדערע אַרבעטן אויסער דעם ישוב. לויט די אָנגאַבן פון 2011, זענען אין ייט"ב געווען 167 איינוואוינער. עס זענען אינעם ישוב פארהאן, אַ שול, אַ מקווה, אַ באַסיין, אַ מעדיצין-פּוּנקט, אַ קראָם און אַ קינדער-גאָרטן.
דער נאָמען
דער נאָמען פונעם ישוב שטעלט מיט זיך פאָר אַ ראשי-תיבות פון די ווערטער יד יצחק טאַבענקין, אין אָנדענק פון איינעם פון די מנהיגים פון דער היסטאָרישער סאָציִאַליסטישער ציוניסטישער באַוועגונג.
דרויסנדע לינקס
- ייט"ב אויפן וועבזייטל פונעם רעגיִאָנאַלן ראַט בקעת הירדן (אויף העברעאיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!