רוי:שמחת תורה

פון המכלול
ווערסיע פון 23:56, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שמחת תורה איז דער יום טוב וואס מען פייערט דעם לעצטן טאג פון סוכות-שמיני עצרת. אום דעם טאג ליינט מען די סדרה וזאת הברכה און מען ענדיגט ליינען די תורה. אין ארץ ישראל געפאלט שמחת תורה כ"ב תשרי און אין חוץ לארץ כ"ג תשרי. אידן פירן זיך אין רוב ערטער צו מאכן הקפות און טאנצן מיט אלע ספרי תורה.

דער רמ"א ברענגט א מנהג צו ליינען די תורה שמחת תורה ביינאכט, און אזוי פירן זיך רוב אשכנזישע קהילות.

סדר הקפות

מען נעמט ארויס אלע ספרי תורות פון ארון הקודש און מען נעמט זיי ארום דעם באלעמער וואו מען ליינט די תורה. איין מאל ארום ווערט גערופן אן "הקפה"; ביי יעדער הקפה זאגט מען הויך איין פאל פונעם פיוט וואס הייבט אן "אנא ד' הושיעה נא, אנא ד' הצליחה נא, אנא ד' עננו ביום קראנו". מען מאכט אינגאנצן זיבן הקפות.

מען מאכט די הקפות ביינאכט (נאך קדיש תתקבל) און בייטאג (פאר קריאת התורה). די ספרדים מאכן הקפות אויך צו מנחה. אין חוץ לארץ זענען די חסידים נוהג צו מאכן הקפות אויך דעם ערשטן טאג שמיני עצרת-רוב ערטער נאר ביינאכט.


Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!