רוי:אברהם בלומענקראַנץ
הרב אברהם בלומענקראנץ (ה'תש"ד - ה'תשס"ז) איז געווען א תלמיד פון רבי משה פיינשטיין און א מומחה אין כשרות, איבערהויפט אויף כשר לפסח פראדוקטען וואס זיין בוך ווערט פארשפרייט אין אלע אידישע שטובער ווי יעדע מעדעצין, אויספיצונג עסענווארג און באקוועמליכקייט פראדוקט און כעמיקאל ווערט אויסגעשמועסט וויאזוי און מיט וואס דאס איז צאמגעשטעלט. העכסט אינטערסאנט און באלערנד.
משפחה
אברהם בלומענקראנץ איז געבוירן אין ארץ ישראל אין יאר תש"ד.
ער האט געהאט זיין שול אין פאר ראקעוועי קווינס ווי ער איז געווען דארטן מרביץ תורה מיט פילע שיעורים אין די וואך וואס האט געצויגן פון אלע אידישע געגענטער צוהערער.
ער איז נפטר געווארן אדר תשס"ז. מ'האט אים געפירט אויף קבורה אין הר הזיתים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!